א פעדעראלער ריכטער אין ווירדזשיניע האט נעכטן נאכט ארויסגעגעבן דעם ענדגילטיגן אורטייל אין דעם לאנג פארצויגענעם פראצעס פון דעם געוועזענעם טראמפ קאמפיין מענעדשער פאול מאנפארט, און ער האט באקומען 47 חדשים אין טורמע, אן אורטייל וועלכע איז פיל לייכטער ווי ערווארטעט, ספעציעל נאכדעם וואס די פראקערארן האבן פארלאנגט 24 יאר אין תפיסה.

דער פראצעס אין דעם ווירדזשיניע געריכט איז געווען איבער שטייער פארלעצונגען און פינאנציעלע מיסברויכן, און שטייט נאך אויס נאך אן אורטייל אין א געריכט אין וואשינגטאן איבער אנדערע קלאגעס וואס נעמען אריין פארראט קעגן אמעריקע מיט׳ן דינען די אינטערעסן פון רוסלאנד און לאביאירן אין וואשינגטאן פאר מאסקעווע אן זיך איינשרייבן אלס אן אויסלענדישע אגענט.

דער אורטייל איז קריטיקירט געווארן דורך פילע דעמאקראטן וועלכע האבן געזאגט אז ער איז ארויס מיט א רעלאטיוו לייכטער אורטייל, אייין געזעצגעבער האט געשריבן אז דאס צייגט ווי קרום דער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז, און אז אויב וואלט אן ארימער אמעריקאנער באגאנגען די זעלבע פארברעכנס וואלט ער באקומען צענדליגע יארן אונטער די גראטעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל