דער אמעריקאנער עקאנאמיע האט געזען דעם פארלאפענעם פעברואר בלויז צוואנציג טויזנט פרישע דזשאבס, דראסטיש נידריגער פון די ערווארטונגען וועלכע זענען געשטאנען ביי ארום 180 טויזנט, און די שוואכסטע חודש זינט סעפטעמבער 2017.

אנדערע ציפערן צייגן גונסטיגע צייכענעס, די דורכשניט פון געהעלטער איז געשטיגן קעגן פאראיאר מיט א שטארקע 3.4%, דאס איז די גרעסטע וואוקס אין געהעלטער זינט 2009, און אזוי אויך איז געפאלן די צאל ארבעטער וועלכע ארבעטן פארט-טיים מיט ארום 837,000 איבער׳ן יאר, א זאך וואס מיינט אז זיי האבן אנשטאט דעם גענומען פול-טיים דזשאבס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל