די דעמאקראטישע קאנדידאט עליזאבעט ווארען האט ארויסגעלייגט א פרישע פלאן אלס טייל פון די פלאטפארמע פאר איר פרעזידענטליכע קאמפיין, נעמליך אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל לייגן א באגרעניצונג ווי גרויס א פירמע מעג זיין, און אויב וואקסט א פירמע אין מאסיווע פראפארציעס זאל זי געצווינגען ווערן זיך צו צושפליטערן אין עטליכע פירמעס.

זי האט דאס ארויסגעלייגט אינעם זעלבן טאג וואס זי וועט אפהאלטן א ראלי אין לאנג איילענד סיטי אין קווינס, דער שטאט וואס האט ארויסגעווארפן עמעזאן, און זי איז ערווארטעט דארטן צו אויפוויקלן איר פלאן און נוצן דעם שטאט אלס א סימבאל איבער די שטארקע מאכט וואס מעגא-פירמעס האבן צו צווינגען די רעגירונג צו נידערן זייערע שטייערן.

ווארען זאגט אז די פאקט אז גרויסע פירמעס ״שלונגען איין״ קלענערע פירמעס דורך אפקויפן אנדערע, שאפט אן אומבאלאנס אין די מארקעט און שעדיגט קלענערע פירמעס און ברענגט צו א רעדוקציע אין דזשאבס, זי זאגט אז מעגא-טעכנאלאגיע פירמעס פארמאגן צופיל מאכט אין וואשינגטאן, און דאס שעדיגט די עקאנאמישע אינטערעסן פון אמעריקע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל