דאס געביין פון א אידישע זעלנער וועלכער איז אומגעקומען אין די יאפאנאזער באמבאדירונג פון פוירל הארבער איז אידענטיפיצירט געווארן מיט איבער זיבעציג יאר שפעטער און ער וועט ענדליך קומען צו זיין רוה. דער זעלנער טשארלי שטערן פון אלבאני ניו יארק האט זיך רעקרוטירט אינעם ארמיי אין 1940 און איז אפגעשיקט געווארן קיין פוירל הארבער וואו ער איז געווען איינער פון די 429 מארינען וועלכע זענען אומגעקומען אויפ׳ן יו-עס-עס אקלאהאמע שיף.
שטערן איז באגראבן געווארן אינאיינעם מיט נאך צענדליגע זעלנער וואס מען האט נישט געקענט אידענטיפיצירן אין יענע יארן, ער איז געלייגט געווארן אין א מאסן קבר אין האוואאי. הערשט אין 2015 האט די מיליטער געעפנט א פראיעקט צו נוצן פארגעשריטענע די.ען.עי צו אידענטיפיצירן די זעלנער וועלכע זענען באגראבן געווארן אן זייערע נעמען.
מיט עטליכע טאג צוריק האט די שטערן פאמיליע אין ניו יארק באקומען דעם מעלדונג אז דאס געביין פון זייער פעטער איז אפגעפונען געווארן, און זיי גרייטן זיך יעצט צו אפנעמען זיין געביין פון האוואאי און אים אריבערברענגען קיין ניו יארק צו א אידישע בית עולם וואו ער וועט קומען צום אייביגן רוה נעבן זיינע עלטערן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה