נאך א לענגערע היציגע דעבאטע אינערהאלב די פארטיי האט קאנגעס נעכטן געשטימט אויף א רעזאלוציע וועלכע פארדאמט אנטיסעמיטיזם, אבער אין ליכט פון דרוק און קריגעריי אינערהאלב די פארטיי איז די שפראך פונעם רעזאלוציע געטוישט געווארן און עס איז אריינגעלייגט געווארן א פארדאמונג פאר אלע סארטן פיינטשאפט, קעגן מינאריטעטן און גערודפ׳טע גרופעס.

דער רעזאלוציע איז געקומען ארגינעל אלס פארדאמונג איבער די באמערקונגען פון קאנגרעספרוי אילהאן אמאר וועלכע האט געהאט געזאגט אז שטיצער פון מדינת ישראל זענען נישט ״געטריי״ צו אמעריקע, א זאך וואס הילכט אפ קלאסישע אנטיסעמיטיזם, אבער פילע פראגרעסיווע דעמאקראטן האבן פארפירט קעגן א פארדאמונג וואס באציט זיך דירעקט צו איר, און אזוי ארום איז די שפראך פון די רעזאלוציע פארוואסערט געווארן.

דער רעזאלוציע האט געקריגן 407 שטימען, אריינגערעכנט פון קאנגרעספרוי אמאר זעלבסט, אבער 23 האבן געשטימט דערקעגן זאגנדיג אז דער רעזאלוציע וואלט געדארפט צילן אמאר זעלבסט, און אויך פארלאנגען אז זי זאל באזייטיגט ווערן פון די פרעסטיזשפולע אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע אין קאנגרעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל