דער איראנער פרעזידענט כאַסאַן רוכאַני געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין איראק, וואו ער האלט אפ געשפרעכן מיט איראקער פירער צו אויסברייטערן די עקאנאמישע פארבינדונגען צווישן די צוויי לענדער. דער באזוך איז גאר היסטאריש, נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז דער ערשטער באזוך פון אן איראנער פירער זינט די צוויי לענדער האבן געקעמפט איינע קעגן די אנדערע אין א בלוטיגע קריג מיט צענלדיגע יארן צוריק.
דער יעצטיגער איראקער רעגירונג האלט אפ נאנטע באציאונגען מיט איראן, און איראן האט אין די לעצטע יארן שטארק אויסגעברייטערט איר איינפלוס אויף איראק, און - טראץ די אמעריקאנער סאנקציעס - האלט איראק אפ ברייטע עקאנאמישע באציאונגען מיט איראן וועלכע אינוועסטירט ביליאנען אין איראק אין א פארזוך צו געווינען איינפלוס אין לאנד. צווישן אנדערע, האט איראן פינאנצירט די ווידעראויפבוי פון היסטארישע שיאיטישע מעטשעטן אין לאנד.
אין א סטעיטמענט פאר׳ן ארויספארן, האט רוכאני געזאגט אז דער רייזע צייכנט אפ א הילכיגע נידערלאגע פאר אמעריקע, און אז ער פלאנירט אונטערצושרייבן פילע עקאנאמישע אפמאכן מיט איראק וועלכע וועלן געבן א שטארקע חיזוק פאר די איראנער עקאנאמיע וועלכע ספראוועט זיך מיט די פאלגן פון די שטייפע אמעריקאנער סאנקציעס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה