אנגעהויבן פון 2021 וועלן אמעריקאנער מער נישט קענען אויפשטייגן אויף א פליגער און לאנדען אין אייראפע אהן קיין שום וויזע אדער דאקומענטן, נאר וועלן דארפן פון פריער אויספולן א רייזע אפליקאציע און צאלן א סומע געלט, און דארפן ערהאלטן ערלויבעניש, לויט פרישע רעגולאציעס וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן דורכ׳ן אייראפעאישן פאראיין. אונטער די יעצטיגע סטאנדארטן, קענען אמעריקאנער וויילן אין אייראפע ביז ניינציג טעג אהן קיין וויזע, אבער אייראפעישע באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז אמעריקאנער וועלן ווייטער ערלויבט ווערן, און דער אפליקאציע איז נישט קיין וויזע פארלאנג און זיי ערווארטן אז ארום 95% פון די אפליקאציעס זאלן שנעל באשטעטיגט ווערן.

דער אפליקאציע איז ענליך צום אמעריקאנער עסט״א סיסטעם, וועלכע פארלאנגט פון רייזנדע פון לענדער וועלכע דארפן נישט קיין וויזע צו אויספולן אן אפליקאציע צו באקומען רשות צו אריבערגיין דעם אמעריקאנער גרעניץ, און ווארשיינליך א רעאקציע פון אייראפע צו דאס וואס אמעריקע באגרעניצט פרייע רייזע רעכטן פון אירע בירגער. און מאנכע זאגן אז דאס איז א סימפטאם פון די אלגעמיינע אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און אייראפע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל