נאכדעם וואס פאלשע קלאנגען און מיסאינפארמאציע איבער די עם-עם-אר וואקסין  - וואס באשיצט פון מיזעלס, רובעל און מאמפס - האט בייגעשטייערט צו א לעצטערע אויפשטייג אין מיזעלס פעלער, האבן עקספערטן ווידעראמאל דורכגעפירט א גרונטליכע מאסיווע שטודיע צו דערגיין אויב עס ליגט עפעס אין די טענות. דער טעות אז וואקסינען און אוטיזם זענען פארבינדען, נעמט זיך פון א פאפיר וואס איז געשריבן געווארן דורך א דאקטאר מיט פינאנציעלע אינטערעסן אין 1998, און ער האט זינט דאן מודה געווען אין פעלשן די פאקטן. אבער פארט האבן עקספערטן באשלאסן צו דורכפירן א גרונטליכע שטודיע דערוועגן.

די פארשער פון דענמארק האבן איבערגעקוקט די געזונטהייט רעקארדס פיילס פון איבער 657,000 קינדער, צווישן זיי 6,517 מיט אוטיזם, און די סטאטיסטיקס צייגן אייגנטליך א פארקערטער בילד, נעמליך צווישן די קינדער וועלכע האבן באקומען דעם עם-עם-אר וואקסין זענען דא זיבן פראצענט ווייניגער פעלער פון אוטיזם.

ענציקלאָפּידיע: וואַקסינאַציע
מער איבער וואַקסינען


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל