טראץ די באמיאונגען פון די טראמפ אדמיניסטראציע און די אנגייענדע האנדלס קריגן און האנדלס אפמאכן, צייגן די פרישע סטאטיסטיקס פונעם טרעזשורי דעפארטמענט אז דער אמעריקאנער האנדלס דעפיציט האט דערגרייכט א רעקארד פון צען יאר, און געשטיגן אין 2018 צו א נעט פון 621 ביליאן דאלער. דאס איז א וואוקס פון איבער 119 ביליאן דאלער זינט פרעזידענט טראמפ איז אריין אין אמט.
דער האנדלס דעפעציט איז די ציפער וואס אמעריקאנער אימפארט שטייגט איבער אמעריקאנער עקספארט, א זאך וואס טוט אנדייטן אז אמעריקע שפענדט מער געלט אויפ׳ן אינטערנאציאנאלן מארקעט ווי דאס וואס די וועלט קויפט איין דאהי. אבער שפיגלט נישט אפ אנדערע סארטן געלטער וועלכע פליסן אריין אין אמעריקאנער מארקעטס, פון סערוויסעס און אנדערע סארט ביזנעס אונטערנעמונגען.
פרעזידעט טראמפ האט געמאכט דעם האנדלס דעפעציט א צענטראלע טייל פון זיין קאמפיין, און פארשפראכן צו צוריקברענגען מער פראדוקציע קיין אמעריקע. ער האט דעריבער געעפנט האנדלס קריגן מיט א רייע לענדער, אריינגערעכנט כינע. אבער דערווייל האט זיך דער דעפעציט בלויז אויסגעברייטערט. מיט כינע אליין, האט אמעריקע א 419 ביליאן דאלערדיגע דעפעציט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה