דער שעף פונעם עף-די-עי סקאט גאטליב האט נעכטן געמאלדן אז ער טרעט אפ פון אמט. דער יונגער און ענערגישער 46 יעריגער גאטליב איז שטארק רעספעקטירט אין די מעדיצינישע וועלט, און האט דורכאויס זיין קורצע טערמין דורכגעפירט רעפארמען אינעם אגענטור וועלכע זענען אויסגעלויבט געווארן דורך ביידע פארטייען. ער האט געמאכט נייעס מיט זיין שטייפע קריג קעגן די טאבאקא פירמעס, און הויפטזעכליך עלעקטראנישע ציגארעטליך וועלכע ער האט געזוכט צו איינצוימען, און אזוי אויך מיט׳ן פארגרינגערן רעגולאציעס צו געבן צוטריט פאר שטערבליך קראנקע פאציענטן צו דראגס וועלכע זענען נאכנישט באשטעטיגט געווארן, און מיט׳ן קעמפן פאר ביליגערע דראג פרייזן דורך באשטעטיגן ביליגערע ווערסיעס פון קאסטבארע מעדיצינען.

גאטליב - א קענסער איבערלעבער - האט אין זיין רעזיגנאציע בריוו געשריבן, אז ער וויל האבן מער צייט צו פארברענגען מיט זיין פאמיליע. פרעזידענט טראמפ האט אים אויסגעלויבט אויף טוויטער, שרייבנדיג ״ער האט געטון א אויסערווענליכע געוואלדיגע ארבעט, ער האט געהאלפן נידערן דראג פרייזן, און אזויפיל אנדערע זאכן, מען וועט זיך שטארק בענקן נאך אים״.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל