וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א געזעץ, וועלכע ציהלט צו העלפן מענטשן וועלכע ליידן פון קרענק וואס זיי ווייסן אז זיי גייען דערפון שטארבן ה"י. דער געזעץ וועט ערקלערן אז פון היינט און ווייטער קענען מעדיצינישע פירמעס און דאקטוירים נוצן עקספערימענטאלע מעדיצינען און טריעטמענטס אויף שטארבנדיגע פאציענטן, אויב די פאציענטן ווילן דאס, אנדעם וואס זיי זאלן דארפן דורכגיין א לענגערן פראצעדור פון באקומען באשטעטיגונג דערפאר פון די "עף-די-עי". גרופעס וועלכע אדוואקאטירן פאר "עי-על-עס" ליידנדע פאציענטן, האבן שטארק פאראויסגעשטופט דעם נייעם געזעץ.
הוסף רשומת תגובה