נארט קעראליינע – אין עשוויל, נארט קעראליינע האט געהערשט גרויס זארג נעכטן, איבער די מעגליכקייט אז א וואסער-דאמבע וועט צוזאמפאלן אלס רעזולטאט פון שווערע רעגן שטורעמעס און פארפלייצונגען וואס האבן זיך געמאכט, אלס טייל פון די נאכווייען פון שטורעם אלבערטא. בערך צוויי טויזנט איינוואוינער אינעם געגנט ארום די "לעיק טאהאמע" וואסער-דאמבע, זענען עוואקואירט געווארן, אבער נאך עטליכע שטונדן האבן די אויטאריטעטן באשטעטיגט אז אינספעקשאנס אויף די דאמבע זענען צוריקגעקומען אז ס'איז גענוג שטארק און ס'וועט זיך האלטן.
הוסף רשומת תגובה