וואשינגטאן – די אמעריקאנער פעדעראלע געזונטהייט אויטאריטעטן, האבן נעכטן ארויסגעגעבן א באשלוס קעגן דער "פיליפ מאריס" טאבאקא פירמע. "פיליפ מאריס", די באקאנטע ציגארעטל פירמע, האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק ארויסגעשטעלט אויפ'ן מארקעט א נייע סארט ציגארעטל, באקאנט אלס די "איי-קיו-או-סי", וואס איז ענליך צום געווענליכן עלעקטראנישן ציגארעטל אז מען דארף נישט אנצינדן קיין פייער עס צו רויכערן, אבער עס איז נישט ווי א געווענליכע עלעקטראנישע ציגארעטל. דער "איי-קיו-או-סי" פארמאגט אין זיך קליינע טאבאקא שטעקעלעך, וועלכע ווערט אנגעהיצט דורך א באטעריע און דאס שאפט רויעך, און "פיליפ מאריס" זאגט אז איר מאשינקע איז געזונטער ווי געווענליכע ציגארעטלעך, ווייל עס פארמינערט די ריזיקע פון קענסער ל"ע, היות עס פארמאגט נישט קיין פייער. די פירמע האט געוואלט קריגן ערלויבעניש צו שרייבן אויף אירע רעקלאמעס, אז די קענסער ריזיקע איז ביי דעם שוואכער, אבער די עף-די-עי האט נעכטן ארויסגעווארפן איר ביטע.

בילד: עף-די-עי באשליסט קעגן פיליפ מאריס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל