לאנג איילענד – א ניו יארק סיטי ביזנעסמאן האט זיך דערקלערט שולדיג אין פעדעראלן געריכט, פאר'ן פרובירן צו געבן שוחד פאר ניו יארק סיטי פאליטישאנס. די רעדע איז פון העראנדרא סינג, וועלכער איז שוין ארעסטירט געווארן מיט איבער א יאר צוריק, נאכדעם וואס פעדעראלע אויספארשער האבן אויפגעדעקט באווייזן אז ער האט פרובירט צו משחד זיין א לאקאלן לאנג איילענד פאליטישאן, דערווארטנדיג אין אויסטויש טובות פאר זיין ביזנעס. פון געריכט דאקומענטן וואס זענען נעכטן ארויסגעגעבן געווארן, זעט מען אז סינג האט זיך אין אקטאבער יאר 16' דערקלערט שולדיג אויף פעדעראלע שוחד קלאגעס, אלס טייל פון א דיעל מיט די פעדעראלע פראקורארן, וואס דער דיעל איז אז סינג קאאפערירט אצינד מיט די פעדעראלע אויספארשער וועלכע קוקן נאך מעגליכע קארופציע אינערהאלב די פאנדרעיזינג אפעראציעס פון ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא.

בילד: דעבלאזיא-פאנדרעיזינג ווייטער געפארשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל