קאליפארניע — א פרישער באריכט ווארנט, אז דער ראיאן אין די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע איז דאס מערסטע אויסגעשטעלט צו ווערן באטראפן פון ערנסטע צונאמיס, איז גאר שוואך צוגעגרייט וויאזוי עס צו באהאנדלען. די ווארענונג קומט נאכדעם וואס אן ערדציטערניש האט די וואך פאסירט נעבן אלאסקע, ביי א שטארקייט פון 7.9 אויפן ריכטערוואג, און דאס האט געברענגט א צונאמי ווארענונג פאר עטליכע שטונדן. די סטעיטס וואס שטייען אויס א צונאמי געפאר יעדעס מאל וואס ס'זענען דא ערדציטערנישן, זענען ארעגאן, אלאסקע, וואשינגטאן סטעיט, טיילן קאליפארניע, טיילן ווייאמינג און נאך, און עקספערטן זאגן אז רוב איינוואוינער אין די געגנטער וואו צונאמיס קענען פאסירן, ווייסן ניטאמאל אז זיי לעבן אין אזא געפארפולע זאנע, און אין אנדערע געגנטער, וואו מען ווייסט יא, זענען אי נישטא קיין געהעריגע פראצעדורן וויאזוי צו עוואקואירן, און אי די אינפראסטרוקטור ווערט נישט געבויעט גענוג שטארק צו קענען דורכמאכן צונאמי כוואליעס.

בילד: שוואך צוגעגרייט צו צונאמי געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל