וואשינגטאן – מיט א מאנאט צוריק האט פאסירט דער פאטאלער אינצידענט, ווען אן עמטרעק באן אין וואשינגטאן סטעיט איז אראפגעפארן פון די שינעס און אראפגעפאלן פון א בריק, אומברענגענדיג 3 מענטשן – און ערשט די וואך האבן די פעדעראלע אויספארשער גערעדט צום דרייווער, וועלכער איז ביז יעצט געליגן מיט שווערע וואונדן. לויט די פעדעראלע אויטאריטעטן, האט דער דרייווער געזאגט אז ער האט געוואוסט אז ער דארף פארלאנגזאמען זיין גאלאפ בעפאר'ן אנקומען צו די שינעס העכער דער בריק, אבער ער האט נישט באמערקט די שילדן אויף די שינעס עטליכע מייל בעפאר'ן מוזן אראפלאזן דעם ספיד, און דעריבער האט ער זיך נישט געכאפט אז ער האלט שוין אזוי נאענט צו דער בריק. ווען ער האט זיך געכאפט אז ער מוז פארן מער פאמעלעך, איז שוין געווען צו שפעט, און דאן איז דער באן אראפגעפלויגן. דעם דרייווער'ס אידענטיטעט איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, און ס'איז נישט קלאר צי ער וועט אויסשטיין קלאגעס.

בילד: עמטרעק טראגעדיע דרייווער געפארשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל