וואשינגטאן – דער שטורעם וואס די רעפובליקאנער האבן אנגעדרייט אין די לעצטע פאר טעג, אז עס הערשט ערנסטע קארופציע, און מעגליך פאררעטערישקייט, אינערהאלב די עף-בי-איי, האט זיך נעכטן עטוואס בארואיגט. ערשטנס האט מען געהערט אז מען האט גרינג אפגעפונען די טויזנטער פארלוירענע טעקסט מעסעדזשעס וואס עטליכע אנטי-טראמפ אגענטן האבן אויסגעטוישט – נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן פארפירט אז די עף-בי-איי האט דאס דירעקט פארמעקט. צווייטנס האט סענאטאר ראן דזשאנסאן אנגעהויבן צוריקצודרייען פון דעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א ווילדער באשולדיגונג, אז אינערהאלב די עף-בי-איי עקזיסטירט א "געהיימע געזעלשאפט" גרופע, וועלכע פלאנירן אנטי-רעגירונג אקטיוויטעטן. סענאטאר דזשאנסאן האט געזאגט אז ער האט דאס גענומען פון די טעקסט מעסעדזשעס פון די אנטי-טראמפ אגענטן, אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן עס געשריבן אלס א וויץ.

בילד: עף-בי-איי סקאנדאל בארואיגט זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל