דער כינעזער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי באשולדיגן דעם געוועזענער קאנאדער דיפלאמאט מייקל קאַווריג אין שפיאנירן און גנב׳נען ״סענסיטיווע אינפארמאציע און שפיאנאזש מאטריאל״, אינאיינעם מיט דער קאנאדישער ביזנעסמאן מייקל ספּעוואָר וועלכער ווערט באשולדיגט אין קאלאבארירן מיט קאווריג אין דעם אפעראציע.

די צוויי שמאכטן שוין אין כינעזער טורמע פאר ארום דריי חדשים, און קאנאדע לייקנט אפ די באשולדיגונגען, זאגנדיג אז דאס זענען פאבריצירטע קלאגעס אויף צו נקמה נעמען איבער דעם וואס קאנאדע האט ארעסטירט א הויכראנקיגע פירערין פון די כינעזער הואוועי פירמע איבער ביזנעס שפיאנאזש קלאגעס.

ר-ל: מייקל ספּעוואָר און מייקל קאַווריג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל