דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן געגעבן זיין יערליכע אדרעס פאר די רוסישע שפיאנאזש אגענטורן אינעם עף-עס-בי הויפטקווארטיר, און זיך געאייסערט איבער די קאנטער-שפיאנאזש אויבערהאנט פון רוסלאנד, זאגנדיג אז איבער דעם פארגאנגענעם יאר האט רוסלאנד צושטערן די ארבעט פון איבער 600 שפיאנען, אנגעבנדיג די ציפערן פון 129 שטאב אפיצירן און 564 אגענטן.

ער האט באשולדיגט אויסלענדיש שפיאנאזש אגענטורן אין א פרעצעדענטלאזע אפאראציע צו אינפילטרירן די רוסישע אגענטורן, און אויך באשולדיגט אז זיי זוכן צו אינטערווענירן אין אינערליכע אנלעגנהייטן, א באשולדיגונג וואס ווערט אפט געהערט איבער די וועלט קעגן דעם פוטין רעזשים.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל