אלע זענען באקאנט מיט די ווארט "חינוך", און מיר זענען געוואוינט עס צו טייטשן אלץ אויסלערנען — ערציען אונזערע דורות  אבער וואס, באמת, איז דאס חינוך? וואס איז די שורש, די תכלית פון מחנך זיין אונזערע קינדער?

יענקל'ס וועכנטליכע געהאלט פון $10,000 איז אים געווען מער ווי גענוג.  איין טאג אבער, זיצנדיג אויפ'ן טעראסע און באטראכטנדיג די פאנאראמע, האט ער געטראכט צו זיך:  "פארוואס זאל איך מאכן נאר $10,000 א וואך, ווען איך קען ווען מאכן אזויפיל אין א טאג?"  טראכנדיג טיף פאר נאך א וויילע, איז ער אויפגעקומען מיט'ן געדאנק וויאזוי צו פארווירקליכן זיין חלום.  "איך וועל עפענען א גרויסע סורקוס, און ברענגען א לייב איבערצונעמען די עולם. איך וועל שטעלן א טויזנט זיצן און בעטן צען דאלער א זיץ — און אזוי וועל איך מאכן $10,000 א טאג!"

די איינציגסטע שאלה וואס האט נאך געשטערט יענקל איז געווען וואו ער וועט למעשה טרעפן א לייב פאר זיין סורקוס.  ער נעמט זיך ארומזוכן, און רופט יעדער וואס ער טראכט קען אים פירן צו טרעפן אן אמת’ע לייב.  ענדליך איז ער אנגעקומען צו עטליכע מענטשן אין אפריקא וואס האבן אים געלאזט וויסן אז זיי קענען אים ערלעדיגן א לייב פון די וועלדער.  יענקל’ס חלום פון באקומען אן אמת’ע ווילדע לייב וועט ענדליך מקוים ווערן.

אריבערשיקן די לייב פון אפריקא קיין אמעריקע איז בכלל נישט געווען א גרינגע זאך,  אבער עס איז געלונגען.  ווי נאר מען האט געלאזט וויסן פאר יענקל אז זיין לייב איז גרייט, איז ער אריבערגעלאפן דאס צו באטראכטן צום ערשטע מאל.  אט איז עס געווען: א ריזיגע לייב מיט א שטורמישע ברום. "איך וועל עס רופן לייבי," האט יענקל באשלאסן צו זיך.  נאכ’ן אריבערפירן די לייב נאכאמאל — דאס מאל צו יענקל’ס הויף — איז ענדליך געקומען די צייט אנצוהייבן די ארבעט.

יעדע צופרי האט יענקל ארויסגעברענגט פאר זיין נייעם חבר, די לייב, צוויי גרויסע אמפערס מיט פלייש, און עס געווארפן צום שטייג פון 100 פיס ווייט.  טאג טעגליך, האט לייבי געברומט און יענקל האט אים געפיטערט.  עס איז געווען א טעגליכע ארבעט צו בויען א פריינדשאפט צווישן יענקל און לייבי, וואס וועט נעמען צייט, אבער האפנטליך וועט זיך עס שטארק אנטוויקלען.

איין טאג האט לייבי זיך געכאפט אז אפילו אויב ער וועט נישט ברומען וועט די פלייש קומען זיין וועג.  אזוי האט ער אויפגעהערט זיין טעגליכע ברומערייען, און נאך אלץ באקומען זיין מאלצייט.  די נייע סיסטעם האט אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט, און יענקל איז צוביסלעך געווארן מער באקוועם און געקומען אלץ נענטער צו לייבי'ס שטייג יעדן טאג.

 און דאן איז די לאנג-ערווארטעטע טאג אנגעקומען.  יענקל האט געעפענט די שטייג און געפיטערט פאר לייבי נישט נאר די געווענליכע צוויי אמפערס פלייש, נאר דריי הערשן דערצו, האפנדיג אז ער וועט נישט ווערן די פערדע.  יענקל האט געטרייסלט ווען ער האט געעפנט די שטייג, אבער ווי ער האט באלד געזעהן, איז נישט געווען פון וואס צו פארכטן.  לייבי, ווי א ליבליכע קעצעלע, האט זיך געמיטלעך דערנענטערט צו יענקל און זיך אראפגעלייגט אויפ'ן ערד, לעקנדיג יענקל'ס פיס.  יענקל האט זיך קוים געקענט גלייבן – ער איז געווארן די פולקאמע אייגנטימער איבער לייבי!

דורכאויס די קומענדיגע פאר וואכן זענעך יענקל און לייבי געווארן נאנטע פריינט.  לייבי האט נאכשפאצירט יענקל ביים אויספירן זיינע טעגליגע ארבעט און פליכטן. עס איז געווען מערקווערדיג זיך צוצוקוקן.  אבער יעצט וועט זיך די ריכטיגע ארבעט אנהויבן.

די ערשטע קונץ פאר לייבי צו לערנען איז געווען אדורכצושפרינגען א רינג.  שפעטער, האט יענקל געהאפט, וועט לייבי קענען אריבערשפרינגען א רינג פון פייער, אבער פאר יעצט איז געווען וויכטיג ער זאל פשוט אריבערשפרונגען.  יענקל האט געהאלטן די רינג הויך אויף ארויף, און געווינקען צו לייבי.  "טאנץ!," האט ער געשריגן.  אבער לייבי איז ווייטער געזעצן, קוקנדיג אויף יענקל ווי ער איז אראפ פון זינען.  לייבי האט נישט געהאט די מינדעסטע חלום וואס ער דארף טוהן.  יענקל האט פרובירט צו ווייזן פאר לייבי איינמאל און נאכאמאל וואס ער דארף טוהן, אבער לייבי איז געזעצן גלייכגילטיג.  פאר לאנגע טעג האט יענקל פרובירט צו לערנען לייבי טאנצן, אבער עס איז אים נישט געלונגען.

ביז, ענדליך, איז יענקל אויפגעקומען מיט א נייע איינפאל.  שטעלנדיג די רינג פונקט קעגן לייבי, האט יענקל זיך גערוקט אונטער לייבי און אים געגעבן א שמייס.  דאס האט שוין געארבעט — לייבי איז ארויפגעשפרינגען, דורך די רונג!  יענקל האט גלייך באלוינט לייבי מיט פינף הערשן.  פאר די נעקסטע פאר טעג האט יענקל איבערגעטוהן די זעלבע, ביז, צו זיין גרויס עקסטאז, האט עס פונקט גוט געארבעט.  צוביסלעך האט זיך לייבי געלערנט וויאזוי אריבערצושפרינגען די רינג פונקטליך און גלייך.

פאר די נעקסטע פאר חדשים, גלייך אויפ'ן ווינק, האט לייבי איבערגעשפרינגען די רינג.  יעצט איז לייבי געווען גרייט פאר די קונץ וואס וועט מאכן יענקל'ס סורקוס די גרעסטע אין שטאט.  יענקל האט אנגעצינדען די רינג פון פייער און געוויזן פאר לייבי די באקאנטע ווינק ער זאל אריבערשפרונגען, ווי ער האט שוין אזויפיל מאל געטוהן.  אבער לייבי האט אנגעקוקט יענקל מיט בלעכענע אויגן וואס האבן קלאר געלאזט וויסן פאר יענקל, "בשום אויפן וועל איך דאס טוהן!"

"לייבי, לייבי, טאנץ!," האט יענקל געשריגן.  אבער לייבי האט זיך נישט גערירט.

יענקל, באין ברירה, האט זיך באנוצט מיט זיין אלטע מעטאד און געגעבן לייבי א באלערנדע שמייס.  יעצט האט לייבי געמאכט א חשבון אז ער וועט דאס ממילא נישט איבערלעבן, וואס איז די אונטערשייד צו עס געשעהט דורך סקילה, שריפה, הרג, אדער חנק?  נאר דאס האט לייבי געדארפט — ער איז ארויפגעשפרינגען, גלייך דורך די רינג.  יענקל האט ברייט באלוינט לייבי מיט מער פלייש ווי ער האט נאר אמאל געזעהן.

פון יענעם טאג איז יעדער געווען צופרידן.  יענקל איז געווען צופרידן פון לייבי'ס שפיל, און לייבי האט זיך געפרייט צו באקומען זיינע איינגעטיילטע שטיקלעך פלייש.  און פונקט ווי יענקל האט זיך אזויפיל מאל אויסגעמאהלן, האט ער אויפגעשטעלט א סורקוס מיט א פולע עולם, און די הויכפונקט איז געווען לייבי'ס אריבערשפרונגען די פייערדיגע רינג.  און וויפיל האט יענקל יעצט געמאכט א נאכט?  $10,000!  ער האט געשמייכלט און געלאכט די גאנצע וועג צו די באנק.

יעצט לאמיר פרעגן א שאלה — איז דאס חינוך?  לאמיר צום ערשט נעמען נאך א ביישפיל: מוישי, פון בארא פארק, ניו יארק.

איין טאג קומט מוישי אהיים פון חדר און גייט גלייך אריין צו זיך אין צימער.  "מוישי?," רופט זיין מאמע. "ס'איז צייט פאר נאבטמאל!"  אבער מוישי גייט זיך ווייטער מיט זיינע געשעפטן, נישט אינטערעסירט צו עסן פונקט יעצט“  מוישי," זאגט זיין מאמע. "עס איז דיין מערסטע באליבטע נאכטמאל."  מוישי קריכט שטאטלעך אראפ.  ער עפענט די טאפ, אטעמט טיף אריין, און גיבט א קוק.  “אוף!," רופט ער אויס.  מוישי'ס מאמע איז פארווייטאגט — נאך אזויפיל שעות פון ארבעט צוצוגרייטן נאכטמאל, און דווקא עפעס וואס מוישי האט ליב, באקומט זי דאס אויף צוריק.

פונקט איז אזוי אויסגעקומען אז יענע טאג איז מוישי'ס טאטע געווען אינדערהיים, און האט מיטגעהאלטן וויאזוי מוישי לאזט יעדן הויך און קלאר וויסן ווי ווייט עס שמעקט אים נישט די עסן וואס זיין מאמע האט שווער געארבעט צוצוגרייטן.  "מוישי," רופט זיין טאטע אויס, "קום אהער!"

"ניין!" זאגט מוישי.  אבער אזא סארט אויפפירונג גייט נישט סתם אדורך.

"מוישי, " זאגט די טאטע איבער ווייכערהייט.  "קום אהער."  מוישי שפאצירט אריבער, נאכ'ן זיך בארעכענען אז עס וועט אים מער לוינען.  "מוישי, מען רעדט נישט אזוי צו א מאמע."  מוישי הערט זיך שטילערהייט צו.  אפאר מינוט שפעטער רופט אים זיין טאטע נאכאמאל אריבער.

" מוישי, הער זיך צו.  מאמי און איך האבן דיך אזוי שטארק ליב.  הער וואס אונז גייען טוהן: אויב וועסטו אכטונג געבן מיט וואס די זאגסט פאר נאך א חודש און נאר רעדן שיינערהייט, וועסטו ביים סוף באקומען א מתנה.  אבער אויב נישט, וועט זיין ערנסטע שטראפן."

אין עטליכע וואכן ארום האט מוישי א נייע שפראך.  ער פאלגט מיט הכנעה זיינע עלטערן, און פירט זיך אויף ווי א וואויל קינד.  "קען איך אפשר שפילן ביים טיש פאר אפאר מינוט?," פרעגט ער איידלערהייט.

"יא, מוישי," זאגט זיין טאטע.  "א דאנק פאר'ן פרעגן אזוי שיינערהייט."

יעצט לאמיר פרעגן די שאלה.  איז דאס וואס מוישי האט באקומען אנגערופען חינוך?

די ענטפער איז אז מוישי און לייבי האט מען אנדערש אויסגעלערנט.

אין פאל פון לייבי, ווען ער האט זיך ענדליך געלערנט אריבערצושפרינגען די רינג, איז ער דען מער נישט געווען א ווילדע חי'?  יעדער וועט מסכים זייו אז ער איז נאך אלץ א ווילדע חי' — ער שפרינגט אדורך די רינג נאר ווייל ער האט זיך געלערנט אז דאס איז גוט פאר אים.  עס איז זיכער בעסער צו טאנצן ווי צו ווערן געשלאגן.  לייבי טוט וואס לוינטזיך אים אוון טוט נישט וואס לוינט אים נישט.  ווען מען וואלט שפאצירט מיט די לייב אויפ'ן גאס, וואלט ער אטאקירט מענטשן ארום?  זייער מעגליך אז יא — מען האט אים נישט געלערנט אז מען טאר נישט צערייסן מענטשן.  לייבי האט זיך געלערנט נאר אריבערצושפרינגען א פייערדיגע רינג.

מוישי, אבער, ווערט אויסגעלערנט צו ווערן א העפליכע מענטש.  זיינע עלטערן פרובירן אים צו בויען צו ווערן א איד מיט דרך ארץ און מענטשליכקייט.  די באלוין שטופט מוישי, אבער די עבודת המידות וועט אויסרייסן און אויסארבעטן די אומאיידעלע רייד און אויפפירונג, און אריינבויען א נייע אויסקוק און געדאנקענגאנג.  דאס איז חינוך.

דאס פירט אונז צו די חילוק צווישן אויסלערנען קינדער און אויסלערנען חיות.  אויסלערנען חיות צודריקט די אינערליכע נאטור.  א לייב וועט בלייבן א ווילדע חי' אויך ווען מען לערנט אים אריבערטאנצן א רינג.  די ווילדקייט איז נישט פארשוואונדן, עס איז נאר שטיל געווארן.  ערגעצוואו איז עס נאך דארט, עס איז נאר צודריקט געווארן פאר יעצט.

חינוך, פון די צווייטע זייט, איז נישט צו צודריקן די אינערליכע נאטור פון די קינד, נאר ארויסנעמען וואס איז דארט און אריינשטעלן עפעס בעסער און מער אויסגעארבעט.  דאס איז די סיבה פארוואס עלטערן קענען קוקן אויף זייער צענערלינג און זיך וואונדערן, וואו איז יענע קליינע אינגל אדער מיידל געגאנגען?  וואס איז געשעהן מיט יענע קינד?

די ענטפער איז אז די טיפישע צענערלינג אויפפירונג איז דארט געווען דורכאויס אלע יארן, אבער עס איז געווען שטיל.  די זיסקייטן און מתנות ווירקן שוין נישט אזוי אויף עלטערע קינדער, און עס איז דעריבער גארנישט געבליבן צו אפשטילן די אינערליכע נאטור פון זיך אויפפירן און רעדן אזוי.

חינוך, דעריבער, הייבט זיך אן ביים אינגסטן עלטער, ווייל עס ארבעט אויס א גוטע וועג פאר די קינד צו וואקסן און זיך בויען אין אן ערליכע און אנגענומענע וועג.  חינוך איז א וועג פון לעבן און אן אויסקוק — צו בויען, פארעמען און פירן א קינד צו א לעכטיגע און סוקסעספולע צוקונפט.

הרב יואל גאלד

איין מינוט שפעט

איך וועל קיינמאל פארגעסן מיין ערשטע טאג אויפ'ן שטעלע אלץ רב.  שחרית איז געווען גערופען פאר 6:15 אינדערפרי, און איך בין אנגעקומען איין מינוט שפעט.  די זייגער אויפ'ן וואנט האט געלייענט 6:16 .  ווען איך האב אריינשפאצירט אין בית המדרש בין איך געווארן שאקירט — רוב פון די עלטערע אידן פון די קהילה זענען שוין געזעצן ארומגענומען מיט זייער טלית ותפילין, ווארטנדיג אנצוהייבן דאווענען.

איך געדענק ווי איך האב געטראכט צו מיך, ‘וואס גייט דא פאר? מיין נאמען איז יואל, מיך האט מען ערצויגן חסיד'יש— וואו איין מינוט שפעט איז א האלבע שעה צו פרי...'  איך האב פלינק אנגעטוהן מיין טלית ותפילין און זיך געשטעלט דאווענען.

נאכ'ן דאווענען איז א ניינציג יעריגע איד צוגעקומען צו מיר פון די ווינקל פון שוהל.  ער האט זיך פארגעשטעלט אלץ ר' עמרם דויטש, און מיך ווארעם אנגעוואונטשן אויף מיין נייע שטעלע.  דערנאך האט ער זיך אויסגעדרייט צו מיר און געזאגט, "איך האב באמערקט אז איר זענט געווען שפעט היינט צופרי. ראביי, עס טוט מיר שטארק וויי ווען מענטשן קומען שפעט צו דאווענען. ביטע, פרובירט צו קומען אביסל פריער מארגן."

איך האב מיך געשפירט אזוי פארשעמט.  אויפ'ן מינוט האב איך זיך פארגענומען צו קומען א האלבע שעה פריער די קומענדיגע טאג.  איך בין געווען אנטשלאסן נישט צו ווערן פארשעמט פאר א ניינציג יעריגע מתפלל.  איך האב אבער נישט געוואוסט אז ר' עמרם איז געווען דער וואס עפנט די שוהל פינף אזייגער יעדן אינדערפרי.  אזוי, אריינשפאצירנדיג 5:45 די קומענדיגע טאג, האב איך געזעהן ר' עמרם שוין זיצן אין זיין ווינקל, געמיטלעך לערנען משניות, זאגן תהלים, און זיפן זיין קאווע.  פריער ווי ר' עמרם האב איך נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו זיין.

עס האט גענומען א יאר צייט ביז איך האב ענדליך פארשטאנען וואס תפילה מיינט פאר ר' עמרם.

איין שבת נאכמיטאג האבן מיר דורכגעשמועסט איבערלעבענישן פון די צווייטע וועלט מלחמה. "איך בין געווען פון די גליקליכע צו פארלאזן אוישוויץ," האט ר' עמרם דערציילט, "און מען האט אונז גענומען צו א לאגער מיט'ן נאמען באנע.  איך וועל קיינמאל פארגעסן די ווערטער 'ארבעט מאכט פריי'.  איך בין געווען געצוואונגען צו טיילן א האלצענע ברעט מיט דריי אנדערע ארעסטאנטן.  כדי דורכצולעבן די אייז-קאלטע ווינטער נעכט האבן מיר זיך געווארעמט איינער די צווייטע און איינגעטיילט די צייט צו שלאפן.

איין טאג האט מיר א חבר געזאגט, 'עמרם, איך וויל דיר אנטפלעקן א סוד, אבער נאר פאר דיר.  קיינער טאר נישט וויסן וועגן דעם.  איך האב באהאלטן אונטער די באראקן א פאר תפילין.  איך וועל אראפקריכן פאר צוויי מינוט, אנטוהן תפילין און ליינען קריאת שמע, און נאכדעם וועסטו גיין און טוהן די זעלבע.' "

ר' עמרם האט ווייטער פארציילט. "ראביי, פאר זעקס חדשים, ביז מען האט אונז אריבערגעפירט צו בערגן-בעלזן און מיר האבן עס נישט געקענט מיטנעמען, זענען מיין חבר און איךאויפגעשטאנען יעדן טאג פופצן מינוט פאר די אפפעל, געקראכן אונטער די באראק און אנגעטוהן די תפילין.  מיר האבן געלייענט קריאת שמע און נאכדעם געענדיגט דאווענען אויפ'ן וועג ארויס צו דער ארבעט.

יעדן טאג האבן מיר איינגעשטעלט אונזער לעבן פאר די קליינע ביסל וואס מיר האבן געקענט טוהן צו דאנקען דעם באשעפער פאר'ן דורכלעבן נאך א טאג.  עס איז געווען די גרעסטע געשאנק וואס איך האב געהאט דורכאויס די זעקס חדשים — געציילטע מינוטן האבן מיר געגעבן לעבן.

היינט איז ר' עמרם 94 יאר אלט און עפענט נאך די שוהל יעדן טאג פינף אזייגער, און דערמאנט מיך נאך פון צייט צו צייט אז איך בין א מינוט-צוויי שפעט.  ווען איך באטראכט ווי ער דרייעט די תפילין ארום די נומערן איינגעקריצט אין זיין ארעם, וואונדער איך זיך: ווער וועט אויסלערנען אונזערע קינדער וועגן מסירות נפש?  ווער וועט זיי אויסלערנען צו זיין שטאלץ מיט ווער זיי זענען, און פון זייער הערליכע יחוס?  קען א היינטיגע קינד וויסן וואס עס מיינט צו לעבן ווי א איד אין שווערע צייטן?  ר' עמרם האט געלערנט און געלעבט אז אויב איז דא א באשעפער, דאן כאטש מען גייט דורך די ערגסטע און מען פארלירט אלעס— אויב לעבט מען איבער דארף מען ווייטער גיין מיט די תפקיד אלץ איד.

מיר קענען נישט רוען ווילאנג דער ארבעט פון אנצינדן די פונק אין די נעקסטע דור איז געענדיגט.  יעדן טאג, יעדע שעה און יעדע מינוט איז וויכטיג.  מיט עטליכע סעקונדעס קען מען איינקויפן אייביגקייט, און איבערגעבן אייביגקייט צו אונזער משפחה און קינדער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל