די אזוי-אויך אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן כינע און אמעריקע האט נעכטן זיך נאכמער דערקייקלט, ווען קאנאדער אויטאריטעטן האבן - אויף די פארלאנגט פון אמעריקע - ארעסטירט די כינעזער ביזנעס פרוי מענג וואַנזשאָו (אדער סאַברינאַ מענג), די הויפט פינאנציעלע אויפזעערין פונעם כינעזער טעכנאלאגיע ריז "הואַוועי". זי ווערט באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין גנב׳נען טעכנאלאגישע סודות פון אמעריקאנער פירמעס, און זי וועט ווארשיינליך ווערן אויסגעליפערט קיין אמעריקע. דער כינעזער רעגירונג האט גאר שארף פארדאמט דעם ארעסט, און עס אנגערופן א מענטשן רעכט פארלעצונג.

הואַוועי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל