היינט האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן, אין א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג.

די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע, ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און יענער קען נישט טענה'ן אז מיט דעם וואס יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג זאל אים די סטעיט נישט קענען באזונדער קלאגן, טראדעם וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל ("דאָבל דזשעפּאָרדי") פאַר'ן זעלבן פארברעך.

טעראנס מארטעז געמבל (Terance Martez Gamble) איז אנגעקלאגט געווארן דורך די פעדעראלע רעגירונג און די סטעיט אין 2015, ווען ער איז אפגעשטעלט געווארן ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן. זיין פעטיציע ברענגט ארויס, אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט. די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר, און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכ'ן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן, טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אהן קיין לאגישע באזיס.

געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא, און פאראורטיילט געווארן צו זיצן איין יאר אין טורמע. דערנאך האט זיך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צו זיינע ביינער, און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט, און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן אורטייל. געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט געריכט, וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט.

אין יוני 2018 איז זיין פעטיצע צום סופרים קאורט געווארן אקצעפטירט (זעה פולע דאקומענט ביים ענדע פון די ארטיקל). ער האט - אין זיין ביטע - ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק, דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט. אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע, קען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען, און מיט א פּאַרדאָן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפ'ן זעלבן פארברעכן, זינט זי איז שוין געווארן געקלאגט דורך די פעדס.

סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א "פריינט פונעם געריכט" בריוו אין שטיצע פון געמבל'ס ארגומענט, אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט. די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבל'ס ארגומענט.



באריכט דורך הכל הבל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל