לויט א שאצונג פונעם נעבראקע פארם ביורא, האבן פארמער אין די סטעיט פארלוירן איבער א ביליאן דאלאר אין איינקונפטן, צוליב נקמה טאריפס וואס אנדערע לענדער לייגן ארויף אויף אמעריקאנער פראדוקטן, מערסטענס אין דעם אגריקולטור סעקטאר, אלס רעאקציע צו טראמפ'ס טאריפס אויף זייער שטאָל און אַלומינום פראדוקציע.

טראמפ האט אין א אומדירעקטע רעאקציע צו דעם געשריבן, אז אז די יעצטיגער צייטווייליגער אפמאך מיט כינע וועלן האבן א פאזיטיווע אימפאקט אויף יעדע סארט פראדוקט, און צוגעלייגט אז פארמער וועלן האבן א גרויסע און שנעלע טובת הנאה פון דער פרישער אפמאך. אבער עקספערטן זאגן דער שאדן פאר די יעצטיגע קארן שניט סעזאן איז שוין אפגעטון, ווייל איינמאל קונסומערס קויפן פון געוויסע פירמעס בלייבן זיי מיט דעם פאר די גאנצע סעזאן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל