די מאנשאפט פון ​​אַ סאַוטוועסט עירליינס באָואינג 737 מעקס האט דערקלערט אַ עמורדזשענסי באַלד נאָכ'ן זיך הייבן און האט זיך אומגעקערט צו אָרלאַנדאָ'ס הויפּט לופטפעלד דינסטאג נאָכ'ן באריכטן אַ מאָטאָר פּראָבלעם, האט די פעדעראלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע געזאגט. די עף.עי.עי. האט געשטראנדעט דעם סארט עירקראַפט פריער דעם מאנאט, נאכפאלגענדיג צוויי פאַטאַלע עקסידענטס פון די פאפולערע מאָדעל.

לופטלינעס זענען נישט ערלויבט צו טראגן פּאַסאַזשירן אונטער די עף-עי-עי'ס באפעהל. די סאַוטוועסט פליגער, וואָס האט איז געפירט קיין פּאַסאַזשירן, איז געווען געריכטעט קיין וויקטאָרוויל, קאַליפאָרניע, וואו די לופטליניע האלט די עירקראַפט אין אַ לאקאציע אין די מוהאַווי מדבר.

די עף-עי-עי האט נאכגעפאלגט צענדליגע אנדערע לענדער און מערץ 13 און געשטראנדעט די פליגערס, נאָך די קראַך פון עטיאָפּיען עירליינס פלייט 302, אַ באָואינג 737 מעקס 8. אַלע 157 פּאַסאַזשירן זענען אומגעקומען, און אויספארשער האבן אויסגעפירט אז דער קראַך האט "קלאָהרע ענדליכקייטן" מיט "לייאָן עיר" פלייט דזשעי-טי-610 אין אקטאבער, מיט די זעלבע סארט פליגער, וואס האט אריינגעטראסקעט אין די דזשאַוואַ ים אין אינדאָנעזיע, אומברענגענדיג די 189 מענטשן דעראויף. די אויספארשער ביי לייאָן עיר האבן אויך געהאט געקומען צום אויספיר אז די קראך איז געקומען פונעם אויטאמאטישע סיסטעם.

די עף-עי-עי האט געזאגט אַז זי פארשט די סאַוטוועסט אינצידענט דינסטאג, און אַז די אישו איז נישט פארבינדען צו אנדערע זארגן איבער די 737 מעקס וואס האט עווענטועל געפירט די אַגענטור צו שטראנדען די פלאטע.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל