די אינספעקטאָר דזשענעראַל פון די טראַנספּאָרטאַציע דעפּאַרטמענט האט געעפנט אַ אויספאָרשונג אין די פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע'ס באַשטעטיגונג פון ​​באָואינג'ס 737 מאקס פליגערס, האט די וואָל סטריט דזשורנאַל נעכטן באַריכטעט.

די אינספעקטאָר דזשענעראַל'ס אויספארשונג קומט נאָכדעם וואס די 737 מאקס פליגערס זענען גלאָבאַל געשטראַנדעט געוואָרן פאַר אַ אומבאשטימטע צייט לעצטע וואָך נאך צוויי טויטליכע עקסידענטן מיט די עירקראַפט מאָדעל. די אויספאָרשונג וועט זיין קאַנצענטרירט אויף אַ אָטאַמאַטישע זיכערהייט סיסטעם פארדעכטיגט אין די אקטאבער קראַך מיט לייאָן עיר אין אינדאָנעזיע, האט די זשורנאַל געמאלדן, ציטירענדיג אַ רעגירונג באַאַמטער. עס איז אומבאַקאַנט אויב די עטיאָפּיען עירליינס פליגער וואס האט געקראכט פאריגע וואָך וועט שפּילן א ראָלע אין דעם אויספאָרשונג אָדער נישט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל