אַ עטיאָפּיען עירליינס פליגער מיט 157 מענטשן האט געקראכט באַלד נאָכ'ן זיך הייבן זונטאג צופרי פון די עטיאפיע הויטשטאט צו פארן קיין נייראָובי, האט די ערליין געזאגט. די לופטליניע האט שפּעטער באשטעטיגט אַז צוויי מדינת ישראל פּאַסאַזשירן זענען געווען דערויף.

עס זענען נישט באלד געווען באוואויסט וואָס האט געפירט צו די קראַך פון די באָואינג 737-8 מעקס פליגער, וואָס איז געווען נייע און געקויפט געווארן דורך די ערליין אין נאוועמבער. טאָוואַלד גאַברעמעריאַם, דער סי.אי.או. פון די לופטליניע, האט געזאגט פאר זשורנאליסטן אז דער פילאט האט געלאזט וויסן פאר די קאנטראלערס אז "ער האט שוועריגקייטן", און וויל צוריקדרייען דעם פליגער, און איז געגעבן געווארן באשטעטיגונג אז ער מעג צוריקקומען.

עטיאָפּיע'ס שטאטליכע מידיא האט געזאגט אַז אַלע פּאַסאַזשירן זענען טויט, צולייגענדיג אַז זיי זענען געקמען פון 33 לענדער. די רוט איז אָפט געניצט דורך מדינת ישראל בירגער, ווייל עס זענען נישט פארהאן קיין דירעקטע פלייטס צווישן מדינת ישראל און קעניע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל