אינדאנעזיע - א פליגער מיט 181 פאסאזשירן און א מאנשאפט פון זעקס קאַבינע באדינער און צווי פילאטן, פליענדיג פון דער אינדאנעזישער הויפשטאט זשאַקאַרטאַ אויפן וועג קיין פּענגקאַל פּינען, האט געקראכט העכער'ן וואסער מאנטאג צופרי לאקאלע צייט, קוים דרייצן מינוט נאכ'ן זיך הייבן.

רעטונג מאנשאפט האבן שוין ארויסגעשעפט די קערפער פון זעקס מענטשן, און ארבעטן מיט שיפן, העליקאפטערס און ים-טויכער צו טרעפן די אנדערע פאסאזשירן און מאנשאפט פון די "לייאָן עיר" פלייט דזשעי-טי-610 פליגער.

די פלייט מאנשאפט האט אנגערופן די לופט קאנטראל טורעם דרייצן מינוט נאכ'ן זיך הייבן, פארלאנגענדיג ערלויבעניש זיך צוריקצוקערן, אבער האט גלייך דערנאך פארלוירן קאמיוניקאציע. די פליגער האט געהאט באריכטעט טעכנישע פראבלעמען די נאכט פריער, פליענדיג פון דענפּאַסאַר קיין זשאַקאַרטאַ, אבער א מאנשאפט האט פאַרראָכטן די פראבלעם און באשטעטיגט אז זי קען ווייטער פליען, האט פארציילט עדווארד סירעיט, דער סי.עי.או. פון לייאָן עיר.

דער אינדיע-אפשטאמיגער פילאט בעהאַוויאָ סונעיאָ האט געהאט מער פון זעקס טויזנט פלי שטונדען, און זיי קא-פילאט האַרווינאָ מער פון פינף טויזענט, ווען זיי האבן געקראכט די רעלאטיוו נייע באואינג 737-מעקס-8 פליגער מיט 189 מענטשן, אריינגערעכנט דריי קינדער.

די פליגער האט זיך געהויבן 6:21 צופרי לאקאלע צייט פון די סאָעקאַרנאָ-האַטאַ לופטפעלד אין טאַנגעראַנג, שאַקאַרטאַ, און האט געדארפט לאנדענען בערך 7:30 צופרי אין פּענגקאַל פּינען, די גרעסטע שטאט אין בענגקאַ.

די זוך אפעראציע גייט אן טראץ די שווערע ים כאוואליעס, און זיי האבן שוין געטראפן אסאך ברוכווארג, אריינגערעכנט די פליגער'ס וויידל, רעטונגס וועסטלעך, סעלפאונען און נאך.

אינדאנעזיע האט זיך שוין אסאך אנגעליטן פון פליגער קראכן. נאך די היינטיגע קראך, האט די אוסטראלישע רעגירונג רעקאָמענדירט אירע איינגעשטעלטע נישט צו פליען מיט לייאָן עיר. די לופטליניע איז שוין אויף די אייראפישע ליסטע פון פארבאטענע לופטליניעס זינט 2007, צוזאמען מיט רוב אנדערע אינדאנעזיע לופטליניעס. אסאך רעגולאציעס האבן זיך זינט געטוישט, און די אייראפעישע האבן צוביסלעך אראפגענומען לופטליניעס פון די ליסטע, אריינגערעכנט לייאָן עיר.

















דער אינדיע-אפשטאמיגער פילאט בעהאַוויאָ סונעיאָ



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל