עטליכע מענטשן זענען פאַרוואונדעט נאָך אַ שיסעריי אינצידענט אין אַ טראַמװײ אין די האָלענדיש שטאָט יוטרעקט, האבן די אויטאָריטעטן באַשטעטיגט. האָלענדישע אויטאָריטעטן באַטראַכטן "אַ מעגליכע טעראָריסטישע מאָטיוו" פאַר די שיסעריי, וואָס האט פּאַסירט אין די "24 אָקטאָבער סקווער" היינט מאָנטאָג 10:45 צופרי לאָקאַלע צייט (5:45 צופרי נ"י צייט), האָט די יוטרעקט פּאָליציי געשריבן אויף טוויטער. "מיר קענען נישט אויסשליסן אַ טעראָריסטע מאָטיוו", האט האָלאַנד'ס נאַציאַנאַלע קאָאָרדינעטאָר פאַר זיכערהייט און קאָנטער-טעראָריזם פּי.דזשעי. אַלבערסבערג געשריבן אויף טוויטער. "קריזיס טיעם איז אַקטיוויזירט".
"א פּאַרשוין האָט זיך ווילד גענומען שיסן", האָט פארציילט אַ בייוואוינער. די פּאָליציי האָט נאָכנישט געמאַכט קיין אַרעסטן נאָכדעם וואָס דער שיסער איז אַנטלאָפן, מעגליך מיט די הילף פון אַנדערע. אַ קאָנטער-טעראָריזם ספּעציאַליסט זאגט אז די אינצידענט האט אלע צייכענעס פון אַ טעראָריסטישע אַטאַקע. די גאנצע געגנט איז אָפּגעשפּאַרט צוליב די געיעג נאך דעם שיסער, און די אנגייענדע אויספארשונג איבער די אינצידענט. שולעס זענען געבעטן געווארן צו האלטן זייערע טויערן פארשלאָסן אלס א זיכערהייט מאָסנאַם. די טראַם איז דערווייל געשטראַנדעט, אבער אנדערע טראַמװײ סיסטעמען לויפן מיט פאַרשפּעטיגונגען.
הוסף רשומת תגובה