די דאַטאַ פון די שוואַרצע קעסטל פון די עטיאָפּיען עירליינס וואס האט געקראכט פאריגע וואָך, אומברענגענדיג אַלע 157 מענטשן דערויף, ווייזט אַ "קלאָרע ענליכקייט" צו די לייאָן עיר אומגליק פינף חדשים צוריק, האט אַ באַאַמטער געזאגט זונטאג. ביידע פון די פליגערס זענען באָואינג 737-מעקס-8'ס.

דאַגמאַוויט מאָוגעס, דער עטיאפיער טראַנספּאָרטאַציע מיניסטער, האט דאס געזאגט פאר רעפּאָרטערס, און צוגעלייגט אַז די ענליכקייט צווישן די צוויי קראַכן וועט טיפער שטודירט ווערן. די רעגירונג פּלאַנט ארויסצוגעבן אירע טרעפונגען אין איין מאנאט, האט מאָוגעס געזאגט, נישט ערקלערנדיג וואס די ענליכקייטן זענען. "די שוואַרצע קעסטל איז געפונען געווארן אין א גוטע צושטאַנד. און דאס האט ערלויבט ארויסצונעמען כמעט אַלע די דאַטאַ אינעווייניג", האָט זי געזאָגט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל