דער געוועזענער וויצע פּרעזידענט דזשאָו ביידען איז געווען נאָענט צו מעלדן זיין פּרעזידענטליכע קאַנדידאַטור פרייטאָג צונאַכטס, ווען ער האָט געזאָגט פאר דעלאוועיר דעמאָקראַטן אז ער האט די "מערסט-פּראָגרעסיווע רעקאָרד פון סיי ווער עס לויפט". דער פּאָליטיקאנט האָט געשווינד צוריקגעצויגן, און געזאגט אז ער מיינט צו זאגן "ווער עס האַלט ביים לויפן"...

כאָטש ער האָט נישט אָפיציעל געמאָלדן זיין 2020 קאַנדידאַטור, האט זיך זיין רעדע געהערט ווי איינס וואס ווערט געמאַכט ביי א קאמפיין, ווי ער האט פארדאַמט פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ, קריטיקירט די רעפּובליקאַנער פּאָליטיק און אונטערגעשטראָכן די וויכטיגקייט צוריקצושטעלן אַמעריקע און איר מיטל קלאַס. "מיר לעבן אין די שלאַכט פאַר די האַרץ פון אַמעריקע," האָט ביידען געזאָגט. "מיר האָבן אַ שטארקע געברויך צוריקצושטעלן די ריקנביין פון אַמעריקע".

די רעדע איז געקומען אין אַ צייט ווען שפּעקולאַציע צי די 76 יעהריגער פּאָליטיקאנט וועט לויפן פאַר פּרעזידענט שטארקט זיך. דעם פאַרגאַנגענעם וואָך האט סענאטאר קריס קונס געזאגט אז ער איז "זיכער" אז ביידען וועט לויפן פאַר פּרעזידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל