מינעסאָטע - קאָנטראָווערסיאַלע קאָמענטאַרן פון אָילהאַן אָמאַר איבער מדינת ישראל און אידן, פרוסטרירט אפילו דעמאָקראַטישע וויילער פון איר אייגענע דיסטריקט, און פאראייניגט אידישע און מוסלעמענער אַקטיוויסטן, איר צו קריטיקירן און איר ארויסצורופן אלס וויסטער אנטיסעמיט.

אָמאַר דזשאַמאַל, סטיוו הונעגס, מאָכאַמעד אַכמעד און אבי אָליצקי זענען איינשטימונג אויף די כאַראַקטעריזאציע פון די שפּראַך וואס אָמאַר האט גענוצט: ווען אָמאַר רעדט וועגן אידן "היפּנאָטיזירענדיג" די וועלט, עס איז אַנטיסעמיטיש. ווען זי האָט געזאגט אז אמעריקאנער שטיצע צו מדינת ישראל איז געווען "אַלעס איבער די בענדזשאמען", פאררופענדיג זיך צו די $100 באַנקנאָוט, איז עס איז אַנטיסעמיטיש. און ווען זי האט שפעקילירט צי אמעריקאנער אידן האבן געטריישאפט צו מדינת ישראל, איז עס אַנטיסעמיטיש, האבן זיי אַלע געזאגט. לאקאלע פירער ווילן אז זי זאל פאַרשטיין פארוואָס אירע ווערטער שאפן אַזויפיל ווייטאָג.

מאָכאַמעד אַכמעד, א לאקאלע אקטיוויסט וואס האט געשטימט פאר אילהאַן אָמאַר

אבי אָליצקי
אבי אָליצקי, בית א-ל שוהל אין סט לאויס פארק, מינעסאָטע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל