עס איז געווען אַ שווערע וואָך פאַר פרעיזער אַנינג - אָבער זיינע געמיינע וויקטים באשולדיגונגען נאך די קריסטטשורטש און זיין רעאקציע צו באשאסן ווערן מיט אייער, קען ברענגן זיין פאליטישע ענדע. דער אינדעפענדענט סענאַטאָר שטייט איצט אויס אַ פרעצעדענטלאזע פובליק אויסשריי, און האט באקומען איבער א מיליאן אונטערשריפטן פאר א טשעינדזש.ארג פּעטיציע אים ארויסצעווארפן פון די ארטיגע פּאַרליאַמענט. דאס איז די גרעסטע פּעטיציע אין אויסטראליע'ס געשיכטע.

די אייער אטאקע
די אייער אטאקע; זעה פולע ווידיא אונטן

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט זיין העסליכע באַמערקונגען נאָך די קריסטטשורטש טעראָריסטישע שחיטה פרייטאג. "צווייפלט נאך איינער אין די פארבינדונג צווישן מוסלעמענער אימיגראַציע און גוואַלדטאטן?" האט אַנינג גע'טוויט'ד גלייך נאָכדעם וואס פופציג אומשולדיגע מוסלעמענער זענען אויסגעקוילערט געווארן אין זייער געבעט הויז. "די פאַקטישע אורזאך פון די בלוט-פארגיסונג אויף ניו זילאַנד גאַסן היינט, איז די אימיגראציע פּראָגראַם וואָס ערלויבט בכלל מוסלעמענער פאַנאַטיקער צו אימיגרירן קיין ניו זילאַנד", האט ער שפּעטער געזאגט אין אַ סטעיטמענט.

אַוסטראַלישער סענאַטאָר פרעיסער אַנינג לייגט אן שולד אויך מוסלעמענער פאַר ניו זילאַנד מעטשעט מאסן שיסעריי

די א.ד. פּעטיציע ציהל אויך אויף אַננינג'ס שאנדפולער "פיינעל סאָלושען" באַמערקונגען, אין באַצאיונג צו מוסלעמענער אימיגראַציע אין זיין ערשטע רעדע צום פּאַרליאַמענט, רופענדיג זיי אַ "דירעקטער דערמאנונג צום האלאקאוסט", אפ"ל.

דער ראדיקאלער רעכטער פּאָפּוליסט פּאָליטיקאנט האט ענדליך געשפירט די טעם אין מויל פון עפנטליכע אויסשריי קעגן אים, ווען ער איז באפאלן געווארן דורך אַ צענערלינג, דער זיבצן יעהריגער וויל קאַנאַלי - וואס רופט זיך אצינד "אייער יונג"..., וואס האט אויפגעקראַכט אַ רויע איי איבער זיין הוילער קאָפּ שבת - ברענגענדיג אַ האָגל פון שלעק פון אַנינג און זיינע שטיצערס אויפ'ן יונג. קוים עטליכע שטונדע נאָכדעם וואס ער האט אפגערייניגט זיין העמד פון די אייער, איז דער סענאַטאָר נאָכאַמאָל באַפאַלן געוואָרן.

ווידיא: די אייער אטאקע
(לייענט ווייטער נאך די ווידיא)

פּרעמיער סקאַט מאָריסאָן האט געזאגט אז דער סענאַטאָר דארף אנגעקלאגט ווערן. "די פולע מאכט פון די געזעץ דארף געריכטעט ווען קעגן סענאַטאָר אַנינג." האט ער געזאגט פאר רעפּאָרטערס. פּאָליציי אין וויקטאָריע האבן ארויסגעגעבן אַ סטעיטמענט, זאגענדיג אז אַנינג האט "נקמה גענומען און געשלאגן דעם צענערלינג צוויי מאָל" איידער קאַנאַלי איז אראפגעשליידערט געווארן צו דער ערד דורך סענאַטאָר אַנינג'ס שטיצערס. "דער אינצידענט ווערט אקטיוו אויסגעפארשט דורך די וויקטאָריע פּאליציי", האט זיך די סטעיטמענט געלייענט.

דער אייער יונג: וויל קאַנאַלי
דער אייער יונג: וויל קאַנאַלי
אייער יונג וויל קאַנאַלי ווערט באקלאפט
אייער יונג וויל קאַנאַלי ווערט באקלאפט דורך אַנינג שטיצערס

ווידיא: קאַנאַלי נעמט דאס ווארט
(ווארענונג: מיאוסע שפראך)
וויל קאַנאַלי - דער "אייער יונג" - דערציילט וואס ער האט זיך געלערנט פון די אייער געשיכטע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל