א דורכבראך איז באריכטעט געווארן אינעם אויספארשונג איבער׳ן אורזאך פונעם פליגער קראך פונעם באואינג 737 פון לייאָן עיר לופטליניע וועלכע האט אראפגעקראכט דעם אקטאבער אין אינדאנעזיע, און אומגעברענגט אלע 189 וועלכע האבן זיך געפונען אויפ׳ן פליגער.

די שווארצע קעסטלעך זענען אפגעפונען געווארן עטליכע טעג נאך דעם קראך, און פארשער זיצן שוין דערויף עטליכע וואכן צו פארשטיין וויאזוי דער פארגעשריטענער נייער פליגער האט געקראכט, און ווי עס זעט אויס איז מעגליך אז דווקא די פארגעשריטענע אויטאמאטישע סיסטעם וואס איז אינסטאלירט געווארן אין דעם נייעם פליגער האט אראפגעברענגט דעם פליגער.

א געוויסע זיכערהייט מעטאד וואס באואינג האט אריינגעלייגט אינעם פליגער צו פארמיידן א קראך, האט אייגנעטליך געברענגט דעם קראך, און די פילאטן האבן געארבייט ביטער שווער צו צוריק באלאנסירן דעם פליגער, אבער האבן נישט געקענט איבערקומען דעם אויטאמטישן סיסטעם וועלכע האט ארפגעברענגט דעם פליגער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל