אידן אין בערלין האבן אפט אויסצושטיין אנטיסעמיטיזם און פיזישע אטאקעס, אבער נעכטן איז איין אזא אטאקע פארגעקומען לעבעדיג אויף טעלעוויזיע, ווען א זשורנאליסטקע פון מדינת ישראל האט באריכטעט לעבעדיג פאר צוהערער אין מדינת ישראל איבער נייעס פון אייראפע, און א גרופע כוליגאנען זענען איר איבערגעפאלן מיט שאנד ווערטער און איר פיזיש אנגעגריפן.

דער זשורנאליסטקע אנטאניע יאמין ארבייט פאר די מדינת ישראל׳דיגע טעלעוויזיע סטאנציע "כאן" און זי האט געגעבן א ספעציעלן באריכט איבער ברעקזיט און אנדערע אייראפעישע אנלעגנהייטן שטייענדיג אויף די גאס אינעם נויקלין געגענט אין בערלין, אינמיטן איר באריכט זענען עטליכע יוגנטליכע איר איבערגעפאלן און פרובירט איר פיזיש צו שעדיגן, און דאן געווארפן אויף איר א פייער-קרעקער.

די זשורנאליסטקע האט געשריבן דערוועגן אויף סאציאלע מידיא און בייגעלייגט א ווידיא דערפון, שרייבנדיג אויך אז עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זי שטייט אויס אזעלכע סארט אטאקעס אין בערלין. פאליציי פארשט דעם אינצידענט, און דער מעיאר פון בערלין האט געזאגט אז דאס איז אומאקצעפטירבאר און פאשרפראכן צו ברענגען די יוגנטליכע צו יוסטיץ.


ווידיא: נשים


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל