פרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האט געהאלטן נעכטן זיין צווייטע סטעיט אָוו די יוניאָן אדרעס, וואו ער האט איבערגע'חזר'ט זיין אימיגראציע אַגענדע, פארדאמט די "לעכערלעך פארטייאישע אויספארשונג" און געמאלדן אז ער וועט זיך טרעפן מיט צפון קארעאקים יאָנג אָן פאַר אַ צווייטע באגעגעניש שפּעטער דעם מאנאט.

זעהט די פולע ווידיא

לייענט די פולע טראַנסקריפּט

ער האט אויסגערעכנט אסאך א.ג. "פאקטן" און זיך שטארק בארימט דערמיט, ווי זיין שטייגער. לאמיר דורכגיין זיינע "פאקטן", און זעהן וויפיהל פון זיי זענען ריכטיג, איבערגעטריבן, פארדרייט אדער ארויסגעצויגן פון בעקעריי.

ער זאגט: די טראָמפּ אדמיניסטראציע האט געשאפן 600,000 מאַנופעקטשורינג דזשאבס

טראָמפּ'ס נומערן זענען נאָענט צום אמת. אמעריקע האט צוגעלייגט 454,000 מאַנופעקטשורינג דזשאבס זינט טראָמפּ האט איבערגענומען די פרעזידענטשאפט אין יאנואר 2017, פון די גרעסטע שפרינגען אין די לעצטע 20 יאהר, לויט דזשאבס דאַטאַ. טראָמפּ'ס נומערן ווייזן אַ פלייסיגערע שוואונג פון די גאַנג וואָס האט זיך אנגעהויבן אין 2010 אונטער פּרעזידענט אבאמא.

מיט דעם אלעם, נאָך די צענדליגע יאהרן פון אָוטאָמעישאָן (ראבאטישע ארבעט) און אנדערע טוישן צו די אינדוסטריע אין אמעריקע, איז מאַנופעקטורינג אַ פיל קלענערער טייל פון די לאַנד'ס עקאנאמיע ווי עס איז געווען יאהרן צוריק. בשעת 19,500,000 מענטשן זענען געווען איינגעשטעלט אין די מאַנופעקטשורינג אינדוסטריע אין 1979, זענען געווען נאר 12,800,000 אמעריקאנער אין די אינדוסטריע ביי ענדע 2018.

ער זאגט: ער האט געשאפן אַ 'אומפּרעצעדענטע עקאָנאָמישע בום'

"אין קוים צוויי יאָר זינט די וואַלן, האָבן מיר אנגעהויבן אַ אומפּרעצעדענטע עקאָנאָמישע בום - אַ בום וואָס איז זעלטן געזעהן געווארן פריער", האט טראָמפּ געזאגט.

טראָמפּ האט פאקטיש איבערגענומען די אָפיס אינמיטן אַ בומינג עקאנאמיע, און ער איז האט גענומען קרעדיט פאַר דעם זינט די ערשטע טאָג. אבער עס איז נישטא קיין שום באווייז אז ער האט באשאפן דעם בום. עטליכע עקאָנאָמיסטן ווילן זאגן אז ער האט דאך געהאלפן די וואוקס מיט די שטייער שניטן - אונטערפלייסענדיג אַ שוין-שטייגענדע עקאנאמיע - אבער אנדערע טענה'ן אז די רעגירונג שאָטדאַון, טאריפס, און האַנדל קריג האָבן אייגענטליך אראפגעשטייטערט די וואוקס.

מערסטענס זענען אבער מסכים אַז טראָמפּ'ס עקאנאמיע - עפּעס וואס ער טייטלט כסדר צווישן זיין גרעסטע סוקסעסן - איז געבויט אויף די אויפשטייגענדע וואוקס וואס האט זיך געהאט אנגעהויבן שוין אונטער אבאמא.

און בשעת אַמעריקע'ס עקאנאמיע איז שטאַרק, עס איז געוואקסן אין אַ שנעלערע שוואונג אין פריערדיגע יאָהרן. אין 1983, צום ביישפּיל, איז די לאנד'ס יעהרליכע דזשי.די.פי. געווען 7.9 פּראָצענט. אין די צווייטע קווארטל פון 2018, איז די דזשי.די.פי. איז געווען 4.2 פּראָצענט.

ער זאגט: אַרבעטלאָזיגקייט איז די נידריגסטע אין 'אַ האַלב יאָרהונדערט'

טראָמפּ'ס נומער איז פּינקטליך, כאָטש עס איז זעלבס-פארשטענדליך אַ המשך פון אַ שטאַרקע וואוקס וואס האט זיך אנגעהויבן ווען די ריסעסיע האט זיך געענדיגט אין 2010.

ווען די אַרבעטלאָזיגקייט איז געפאלן צו 3.7 פּראָצענט אין סעפטעמבער 2018, איז דאס טאַקע אנגעצייכנט געווארן אלס די נידריגסטע אַרבעטלאָזיגקייט נומערן זינט דעצעמבער 1969, לויט די ביוראָו פון לעיבאר סטאַטיסטיקס. אבער די אַרבעטלאָזיגקייט האט זינט צוריק געשטיגן צו 4.0 אין יאנואר, וואָס איז העכער די 3.8 פּראָצענט וואס די קלינטאן אַדמיניסטראַציע האט באוויזן אין אפריל 2000.

עס איז זיכער אמת אַז די עקאנאמיע איז אין אַ פיל בעסערע צושטאנד איצט ווי עס איז געווען אַ יאָרצענדלינג צוריק. אַרבעטלאָזיגקייט איז כסדר געפאלן זינט די ענדע פון די עקאָנאָמישע ריסעסיע אין 2010.

אבער עס איז אַ אומקלאהרע בילד ווען עס קומט צו זאגן אויב טראָמפּ פארדינט קרעדיט פאַר די נידעריגע אַרבעטלאָזיגקייט נומערן אָדער צי מיר זעען אַ שוואונג אנגעהויבן דורך די אבאמא אַדמיניסטראַציע. אין די 24 מאנאטן זינט טראָמפּ איז שוין אין אָפיס, איז די טאטאלע נישט-פאַרם דזשאבס געוואַקסן מיט כמעט 4.9 מיליאָן. איבער דער זעלבע צייטשניט (24 מאנאטן) אין דער ענדע פון אבאמא'ס פרעזידענטשאפט, איז די טאטאלע נישט-פאַרם דזשאבס געוואקסן מיט בערך 5.1 מיליאָן.

ער זאגט: טראָמפּ טוט זיך אויף איבער א ענערגיע 'רעוואָלוציע', זאָגענדיג אז אמעריקע איז יעצט #1 פּראָדוצירער פון אויל און נאַטירליכע גאַז

טראָמפּ האָט געזאָגט, אַז "מיר האָבן ארויסגעלאזט אַ רעוואָלוציע אין אמעריקאנער ענערגיע - די פאַראייניגטע שטאַטן איז איצט דער נומער-איינס פּראָדוצירער פון אויל און נאַטירליכע גאַז אין דער וועלט".

בשעת עס איז אמת אַז אמעריקע איז דער גרעסטער פּראָדוצירער פון ביידע אויל און גאַז אין דער וועלט, כאפט דער פּרעזידענט קרעדיט מיט אומרעכט. דאס איז שוין געווען אזוי זינט אינמיטן די אבאמא אַדמיניסטראַציע.

די יו. עס. ענערגיע אינפארמאציע אַדמיניסטראַציע האט באריכטעט אין 2017, אז די פאַראייניגטע שטאַטן האט געשאפן די מערסטע אויל און טרוקענע נאַטירליכע גאַז פון סיי וועלכע לאַנד איבער דער וועלט.

ער זאגט: קיינער קען זיך נישט פארגלייכן מיט די אמעריקאנער עקאנאמיע

טראָמפּ האט דינסטאג נאַכט געזאגט אַז "עס איז נישט פארהאן עפעס ערגעץ וואו אויף דער וועלט וואָס קענען קאָנקורירן מיט אַמעריקע", און שפּעטער האט ער געזאגט אז אמעריקע איז שפירט אַן עקאָנאָמישע נס.

בשעת די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געווען שטאַרק אין אלגעמיין, עס איז נישט די שנעלסטע-וואקסענדע עקאנאמיע אין דער וועלט, און עטלעכע טענה'ן גאר אַז עס איז פאקטיש די גרעסטע אויך נישט.

לויט דער אינטערנאַציאָנאַלער מאָנעטאַרי פאַנד'ס לעצטע שאצונג אין איר וועלטליכע עקאָנאָמישע אויסקוק, איז אינדיע פאראויסגעשאצט צו האָבן די העכסטע ראטע פון עקאָנאָמישע וואוקס צווישן די הויפּט עקאָנאָמיעס אין 2019 און 2020, אין ערגעץ אַרום 7.5-7.7 פּראָצענט פון דזשי.די.פי. וואוקס. כינע איז פאראויסגעשאצט מיט אַרום 6.2 פּראָצענט וואוקס אין 2019 און 2020. די פאַראייניגטע שטאַטן קומט אריין מיט בלויז אַ 2.5 פּראָצענט ראטע אין 2019 און 1.8 פּראָצענט אין 2020.

לויט די איי.עם.עף. האט די פאַראייניגטע שטאַטן טאקע די העכסטן נאָמינאַלע דזשי.די.פי. פון קיין שום אנדערע לאַנד אין דער וועלט. די מעסטונג נעמט אבער נישט אין באטראכט די צווישנשייד אין דער פּרייז פון די לעבנס'ס קאסטן און די אינפלאַציע פון די לענדער.

ער זאגט: טראָמפּ נעמט קרעדיט פאר די קרימינעל יוסטיץ רעפארם

"ביידע פּאַרטייען האבן זיך פאראייניגט פאַר קרימינעל יוסטיץ רעפאָרם, זיי האבן געזאגט אז עס קען נישט געטוהן ווערן", האט טראָמפּ געזאגט דינסטאג נאַכט.

טראָמפּ איז ריכטיג אַז ער האט אונטערגעשריבן די ערשטער ערנסטע איבערארבעטונג פון טורמע אורטייל אין צענדליגע יאהרן. די געזעץ, די פורסט סטעפּ אַקט, נעמט אריין פּראוויזיעס פאַר אורטייל רעפאָרם ווי פארקורצערונג עטליכע פארלאנגטע מינימום סענטעסינג פאַר נישט-ווילדע דראג פארברעכן און אַדרעסירענדיג ראַסע אומ'יושר'דיגקייט אין די פעדעראלע טורמע סיסטעם.

עס איז אויך אמת אַז געזעצגעבערס האב פרובירט און דורכגעפאלן צו דורכפירן אַ ענדליכע רעפארם געזעץ אין אבאמא'ס צייטן, אָבער עס זענען געווען די רעפובליקאנער וואס האבן דאס דאן אפגעשטעלט טראָץ די אומפארטייאישע שטיצע וואס דאס האט דאן גענאסן.

די ביל איז פארגעשטעלט געווארן דורך סענאטאר טשאק גרעסלי, א רעפובליקאנער פון אייאווע, און סענאטאר דיק דורבין, א דעמאקראט פון אילינאי, אין 2015. עס האט גענאסן שטארקע שטיצע פון דעם דאן-ספּיקער פאול רייען, די קאוק ברידער, און פרעזידענט אבאמא. אבער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געצעגערט דאס אויפצוברענגען פאַר אַ וואָוט אינמיטן די היציגע 2016 וואל-יאהר, און דאס איז געווען די אורזאך פארוואס די געזעץ איז נישט דורך ביז יעצט.

ער זאגט: 'רייכע פאליטישאנס און נדבנים שטופּן פאַר אָפענע גרעניצן'

טראָמפּ האט איבערגעקייעט זיינע שלאגווערטער איבער אומלעגאלע אימיגראציע, זאגענדיג אז "רייכע פאליטיקאנטן און דאָונערס שטופן פאר אָפענע גרעניצן, ווען זיי לעבן זייער לעבן אונטער די שוץ פון ווענט און טויערן און וועכטער".

פילע דעמאָקראַטן האָבן גערופן פאַר רעפאָרמירן אימיגראציע ענפאָרסמענט - ספעציפיש, עטליכע האָבן גערופן צו פארבאטן "אייס" - אָבער קיין איין באוואוסטע געזעצגעבער האט נישט גערעדט איבער אָפענע גרעניצן. דעמאָקראַטישע פירער האבן, אין די לעצטע רעגירונג שפּענדינג קאַמף וואָס האט געפירט צו די לענגסטע שאָטדאַון אין די אמעריקאנער געשיכטע, כסדר אפגעווארפן טראָמפּ'ס וואַנט אבער אויך כסדר גערעדט איבער גרעניץ זיכערהייט אין אַלגעמיין.

"מיר אַלע זענען איינשטימיג אַז מיר דאַרפן צו באַשיצן אונזערע גרעניצן, און אין די זעלבע צייט נישט פארקוקן אויף אונזערע ווערדן: מיר קענען בויען די אינפראַסטרוקטור און ראָודס אין אונזער פּאָרטן פון אַריינגאַנג, מיר קענען אינסטאַלירן נייע טעכנאָלאָגיע צו איבערקוקן קאַרס און טראָקס פאַר דראגס וואס קומען אין אונזער לאַנד, מיר קענען אויפנעמען פרישע מענטשן וואס מיר דאַרפן צו באוואכן האַנדל און אימיגראציע ביי די גרעניץ; מיר קענען פאָנדן מער פארשונג צו אנדעקן אומאוטאריזירטע אריינקומען", האט הויז ספּיקער נענסי פּעלאָוסי געזאגט אין יאנואר.

און כאטש וואס קאָנסערוואַטיוון האבן ארומגעשיקט א בילד אויף סאשעל מידיאַ וואס צייגט אז עס איז פארהאן אַ מויער אַרום פּעלאָוסי'​​ס קאַליפאָרניאַ היים - און דער פּרעזידענט האט געזאגט עס איז פארהאן אַ מויער אַרום פּרעזידענט באַראַק אבאמא'ס וואַשינגטאָן היים - איז נישט פארהאן קיין וואַנט ביי קיין איינע פון די צוויי. די פאָרנט פון די אָבאַמאַ'ס היים איז לייכט קענטיג אין בילדער (זעה אונטן), און די נענסי'ס פארפאנצערטע הויז אויפ'ן בילד איז נישט פאקטיש איר​​'ס. פעיק ניוז!

נענסי פּעלאָוסי'ס היים
רעכטס: קאָנסערוואַטיוון האבן ארומגעשיקט די פאלשע בילד פון נענענסי פּעלאָוסי'ס היים
לינקס: נענענסי פּעלאָוסי'ס עכטע היים

אבאמא'ס היים, אהן קיין צוים

לויט די וואַשינגטאָן פאוסט, האבן די אָבאַמעס יא געלייגט א שטיקל צוים, אבער עס איז די זעלבע וואס אלע שכינים האבן. געוועזענע פּרעזעדענטן האָבן סיקרעט סערוויס שוץ פאַר זייער גאנצע לעבן.

ער זאגט: טראָמפּ די צושטאנד פון די דרום גרעניץ איז 'געזעצלאז', ריזיקירנדיג די זיכערקייט פון אַלע אמעריקאנער

אַמעריקע'ס אימיגראציע סיסטעם איז צעבראכן - דאס איז א פאקט וואס עקספערטן, אַדוואַקאַטן און פּאָליטיקאנטן אויף ביידע זייטן שטימען איין - אָבער עס איז פארהאן ווייניג באווייז אז די דרום גרעניץ ליידט פון אַ פרישע עמורדזשענסי. געוואלדטאטן גיסן זיך נישט איבער די גרעניץ, און טעראָריסטן זענען נישט געכאפט געווארן אין מאסן פרובירנדיג עס צו אריבערקרייז, ווי טראמפ און זיינע פריינד פארפירן כסדר. אומלעגאַלע דראגס קומען בעיקר אדורך לעגאַלע אריינגאנגען, נישט די אומבאוואכטע טיילן פון דער גרעניץ וואו דער וואנט וועט מכלומריש באשיצן, לויט גרעניץ אויטאריטעטן.

אומלעגאַל גרעניץ אריבערגאנג זענען געפאלן פאַר יאָהרן, און כאטש וואס דאס כאפן שווערצער איז געשטיגן אין די זעלבע צייט, זענען זיי נאָך שטארק נידעריגער ווי זיי זענען געווען צוואנציג יאהר צוריק, ווי קאסטאמס און באָרדער פּראטעקשאן דאטא ווייזט, און איז אויף א באווייז אז די ענפארסמענט אפעראציע איז בעסער, נישט ארגער.

און כאָטש טראָמפּ וויל נאר רעדן וועגן די גרעניץ, ווערט די אומלעגאַלע אימיגראציע אין אמעריקע געטריבן דורך אן אנדערע פאַקטאָר: מענטשן וואס בלייבן אין לאנד נאך זייער וויזע אפלויף. מער ווי 701,900 מענטשן זענען געבליבן נאכ'ן אפלויף אינעם פינאַנציעל יאָהר 2017, לויט די דעפּאַרטמענט פון האָומלענד סעקיוריטי. מענטשן וואס בלייבן נאך די אפלויף פון זייער וויזע קומען געווענליך אַריין אינעם לאנד דורך אַ לופטפעלד, נישט פון די גרעניץ.

ער זאגט: מיר נעמען אריין מיליאנען פון כינעזער פּראָדוקטן מיט די טאַריפס

טראָמפּ וויל בארעכטיגן זיין צופראסקעטע האַנדל פּאַלאַסי, ​​און ער האט געזאגט אז ער "מאכט קלאָר פאר כינע [אַז] די גניבה פון ​​אמעריקאנער דזשאבס און רייטהום איז געקומען צו אַ ענדע".

ער האט נאכגעפאלגט: "דערפאַר, האבן מיר לעצטנס ארויפגעלייגט טאַריפס אין די ווערד פון $250,000,000 אויף כינעזער סחורה - און איצט באקומעט אונזער טרעזשורי ביליאנען דאָלאַרן".

דער פּרעזידענט שילדערט דאס ווי אַ אמעריקאנער נצחון איבער אויסלענדישע קאָמפּאַניס. אבער ווען די אמעריקאנער רעגירונג נעמט אריין די פרישע ביליאנען דאָלער אין טעראַפס, איז עס נישט די כינעזער וואס באצאהלן דאס - עס איז די אמעריקאנער קאסטומערס ווען זיי קויפן די פראדוקטן מיט די טייערערע פרייז צוליב די שטייערן מיט וואס ער גרויסט זיך אזוי.

ער זאגט: סאַן דיעגאָ באווייזט ווענט ארבעטן צו באקעמפן אומלעגאַלע אימיגראציע

ווען טראָמפּ טענה'ט אַז די פאַראייניגטע שטאַטן דאַרף אַ וואַנט דורכאויס די דרומ'דיגע גרעניץ, האט ער ליעב צו צייגן אויף די סוקסעס אין סאַן דיעגאָ. "סאַן דיעגאָ פלעגט צו האָבן די מערסטע אומלעגאַלע גרעניץ שווערצעריי אין די לאנד", האט טראָמפּ געזאָגט נעכטן נאַכט. "אלס ענטפער, איז געשטעלט געווארן אַ שטאַרק זיכערהייט וואַנט. דעם שטאַרקע מויער האט כמעט אינגאנצן געענדיגט אומלעגאַלע קראָסינגען".

די מיליטעריזירטע גרעניץ נעבן די קאמיוניטיס פון אימפּעריאַל ביעטש, סאַן יסידראָו און אָטעי מעסאַ האבן טאקע געברענגט אַ 75 פּראָצענט רעדוקציע אין קראָסינגען אין די יאָהרן גלייך נאָכדעם וואס די צוימען זענען אינסטאַלירט געווארן אין די 1990'ס, לויט צו יו.עס. קאסטאמס און באָרדער פּראטעקשאן דאַטא.

דאָרט, דאפלטע און טריפלטע מויערן פאַרטיידיגן די 2,000 מייל אמעריקאנער-מעקסיקאנער גרעניץ וואו באָרדער פּאטראָל אַגענטן פארן ארום מיט עס-יו-ווי'ס און העליקאָפּטערס פליען כסדר ארום צו היטן פון די הייעך.

די פאַרשטערקערטע גרעניץ האט אָבער נאר אוועקגעשטופט די אימיגראנטן צו אנדערע געביטן וואָס זענען מער מסוכן, האבן די עקספּערטן גע'טענה'ט. אַריזאָנע איז געווארן א הייסע פלאץ פאר קראָסינגען, אָבער אימיגראנטן שטאַרבן אָפט פון אויסגעטריקנקייט. די בערג איסט פון סאַן דיעגאָ איז אויך געווארן אַ פלאץ וואו אימיגראנטן קומען אַריבער.

ער זאגט: דראג פרייזן זענען געפאלן אין 2018

"שוין יעצט, אלס אַ רעזולטאַט פון מיין אַדמיניסטראַציע'ס השתדלות, אין 2018 האבן מעדיצין פּרייזן געפאלן מיט די גרעסטע טראסק אין 46 יאר", האט טראָמפּ געזאגט.

דער פּרעזידענט האט ערשט אנגעהויבן צו זאגן אז מעדיצין פּרייזן הייבן אן צו פאלן אין מאי, אָבער אַ אַסאָסיעטעד פּרעס אויספאָרשונג פון מעדיצין פּרייזן אין דער ערשטער העלפט פון די יאָר האט געפונען אַז אלגעמיינע פּרייזן שטייגן גאר. איבער דער ערשטער זיבן מאנאטן פון 2018, האט די אַסאָסיעטעד פּרעס געפונען אַז עס זענען געווען 96 פּרייז העכערונגען פאַר יעדע איינציגסטע פּרייז שניט.

ער זאגט: נאַפטאַ איז אַ 'היסטאָרישע טעות' פאַר אַמעריקע

טראָמפּ, בעטנדיג קאנגרעס צו שטיצן זיין נייע האַנדל אפמאך, האט געזאגט אַז ער האט זיך געטראפן מיט מענער און פרויען אַריבער די לאנד וועמענ'ס "חלומות זענען צושטערט געווארן דורך נאַפטאַ".

עס זענען פארהאן פילע שאצונגען וויפיהל דזשאבס זענען פארלוירן געגאנגען צוליב די נאַפטאַ אפמאך, אָבער "מיליאנען" איז העכער ווי די נומער צוזאמגערעכנט דורך רוב שטודיעס פון ביידע פארטייען.

ער זאגט: ניו יארק ערלויבט אבורטאציעס 'מאָמענטן איידער געבורט'

"עס קען נישט זיין קיין גרעסער קאנטראַסט צו די שיין בילד פון אַ מוטער האלטנדיג איר קינד ווי די שוידערליכע בילד אונזער לאנד האט געזעבן אין די לעצטע טעג", האט טראָמפּ דראמאטיש געזאגט, ארויסרעדנדיג קעגן אַבורטאַציעס וואָס ווערן (ל"ע) געטוהן אין א שפּעטערע טייל פון אין שוואַנגערשאַפט. "געזעצגעבער אין ניו יארק האבן זיך געפרייט מיט'ן דורכפירן א געזעץ וואָס וועט ערלויבן אַ בעיבי אַוועקגעריסן ווערן פון די מוטערטראכט מינוטן איידער געבורט".

דאָס איז שקר!

די סטעיט האט לעצטנס דורכגעפירט אַ געזעץ לויז-מאכנדיג באַגרעניצן אויף אַבורטאַציעס אין די סטעיט, ערלויבנדיג אַבורטאַציעס נאָך 24 וואָכן אויב די אומגעבוירענע קינד וועט נישט איבערלעבן די געבורט אָדער ווען עס איז נויטיג צו באַשיצן די לעבן פון די מוטער (ווי די אידישע הלכה זאגט). דער פּרעזידענט מאָלט דעם בילד פון אַ געזונט מוטער און קינד, אָבער אַן אַבורטאַציע וואָלט נישט געווען לעגאַל אין דעם היכ"ת נאָך 24 וואָכן אין ניו יארק סטעיט.

ער זאגט: ווירדזשיניע גאווערנאר ראַלף נאָרטהאַם האט געזאגט ער "וואָלט אויסגעקוילערט אַ קינד נאָכ'ן געבורט"

רעדנדיג איבער אַבורטאַציעס, האט טראָמפּ געזאגט, "מיר האָבן די פאַל פון דעם גאָווערנאָר פון ווירדזשיניע וואו ער האט געזאגט אַז ער וואָלט גע'הרג'ט אַ בעיבי נאָכ'ן געבורט".

א ווארטזאגער פאַר גאווערנאר ראַלף נאָרטהאַם, האט אפגעלייקענט די וועג וויאזוי טראָמפּ טייטשט אפ צומישעדיגע ווערטער וואס ער האט געזאגט עטליכע טעג צוריק.

עס איז כדאי צו באמערקן אַז די פארגעלייגטע ווירדזשיניע געזעץ - וואָס איז נישט דורכגעגאנגן אין די רעפּובליקאַנער-געפירטע לעגיסלאַטור - שלאגט נישט פאר צו לעגאַלעזירן אַבורטאַציעס אין די דריטע טרימעסטער; וואָס איז שוין לעגאַל אין די סטעיט. די ביל האט געוואלט טוישן די נומער פון דאקטוירים פארלאנגט פאַר דעם מין פון אַבורטאַציע'ס צושטימונג - פון דריי צו איין דאָקטער.

ער זאגט: 'איבער די לעצטע צוויי יאָר, האָבן מיר אנגעהויבן איבערצובויען די לאנד'ס מיליטער'

טראָץ טראָמפּ'ס אָפטע דיסקוסיע וועגן "צוריקשטעלן" און "איבערבויען" אַמעריקע'ס מיליטערישע מאכט, די לעצטע געזעץ וואס ער האט אונטערגעשריבן צו פאָנדן פאַרטיידיגונג איז אריינגעגעקומען ווייניגער ווי אַ אבאמא-אונטערגעשריבענע ביל אין 2011.

עס איז נישט קלאָר וואָס נאך טראָמפּ וועט עווענטואל פאָרשלאָגן פאַר פאַרטיידיקונג שפּענדינג אין די פינאַנציאלע יאָהר 2020.

ער זאגט: ווענעזועלע'ס צוזאמפאל איז אַ רעזולטאַט פון 'סאָציאַלע פּאַלאַסיס'

זינט די איינשווערונג פון פרעזידענט ניקאָלעס מאַדוראָ - וועמען פיהל פון די אינטערנאַציאָנאַלע געמיינדע האבן גערופן אומלעגיטום - האבן אסאך קאָנסערוואַטיווע קריטיקער באשולדיגט די לאַנד'ס 21'סטע יאָרהונדערט סאָציאַליזם פאַר די אומרואיגקייט און פראטעסטן אין די לאנד. טראָמפּ האט געזאגט אַז מאַדוראָ'ס "סאָציאַליסט פּאַלאַסיס האָבן איבערגעקערט די לאנד פון זייענדיג די רייכסטע אין דרום אַמעריקע צו א לאנד פון ביטערע אָרעמקייט און פאַרצווייפלונג".

אבער עס איז אַ מער קאָמפּליצירט בילד ווי נאָר די פאליטיק. די קאָרופּציע פון ​​ווענעזועלער פירער און די כמעט אינגאנצן אנגעוויזנקייט אויף אויל זענען אויך וויכטיגע טיילן פון די לאַנד'ס דורכפאל.

נאָך ווען פּרעזידענט מאַדוראָ פארגייער, יוגאָ שאַוועז, איז געווען פּרעזידענט אין 1999, האט ער געארבעט צו נוצן אויל איינקנופט פון דער דעמאָלטסדיגע-בומינג אינדוסטריע צו פאָנדן נאציאנאלע פראגראמען. אבער ווען די אויל פּרייזן האבן אנגעהויבן צו צונויפברעכן אין 2014 באַלד נאָך שאַוועז'ס טויט, און מאַדוראָ האט איבערגענומען, האט די לאנד נישט געקענט מער באצאהלן פאר די סאָציאַלע פראגראמען.

אין צוגאב, האט אמעריקע גסדר ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף די לאנד, וואס האט נאכמער אונטערגעברענגט איר עקאנאמיע, און פאר טראָמפּ יעצט צו פארפירן און טייטלן פינגערס אויף שולדיגע, איז היבש א חוצפה.

ער זאגט: צפון קארעא האט נישט אויספּרובירט אַ מיסל אין 15 מאנאטן

"אונזער משכונות זענען אהיימגעקומען, נוקלעארע טעסטן האט זיך אפגעשטעלט, און עס איז נישט געווען אַ מיסל לאונטש אין 15 חדשים ... פיל אַרבעט בלייבט צו געטוהן ווערן, אָבער מיין פארבינדונג מיט קים יאָנג אָן איז גוט", האט טראָמפּ זיך אויפגעטוהן.

כאטש טראָמפּ איז גערעכט אַז צפון קארעא האט נישט ארויפגעשאסן אַ פרישע מיסל אין 15 חדשים, איז פארהאן גענוג באווייז אַז צפון קארעא זוכט צו האלטן און באַהאַלטן זייער נוקלעארע מעגליכקייטן - א דירעקטער סתירה צו די פּרעזידענט'ס פאַרגאַנגענע טוויטס און סטעיטמענטס אַז ער איז געמאכט גרויס פארשריט אין באווייזט פּיאָנגיאַנג צו אויפגעבן זייערע נוקלעארע וואפן.

ער זאגט: אמעריקע האט באפרייט גאנץ איראַק און סיריע פון ​​אייסיס

די מוסלעמענער טעראריסטישע דרופע קאנראלירט נאך שטיקער באדן אין ביידע לענדער, און פירן דורכשניטליך דורך 75 אטאקעס א מאנאט אין איראק, מיט טויזנטער קעמפערס אין די שלאכט זאנעס. איין ספעציפישע אנפאלן איז זיכער זייער רויע: פיר אמעריקאנער זענען געווען צווישן די גע'הרג'עטע דורך אַן אויפרייס אין מאַנבי, סיריע, יאנואר 16. אייסיס האט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר דעם אטאקע.

אויסער דעם, ווארענען ספעציאליסטן אז דאס ביסל וואס האלט אייסיס אין די ראמען, איז די דרוק פון די אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזנהייט, אבער וועט זיך הייבן די קאפ ווי נאר די אויסלענדישע קרעפטן פארלאזן די לאנד.

ער זאגט: 'מיר האָבן מער פרויען וואָס אַרבעטן אין קאָנגרעס ווי סיי וועלכע צייט פריער'

טראָמפּ איז שטארק אַפּלאָדירט געווארן פאַר דעם שורה: "מיר האָבן מער פרויען וואס דינען אין קאנגרעס ווי סיי ווען פריער".

ער איז גערעכט, אָבער עס איז אויך אמת אַז די פרויען זענען מער ווייניגער דעמאָקראַטן. אין פאַקט, די טיילן פון די רעפובליקאנער פרויען אין די הויז זענען אראפ זינט די לעצטע קאנגרעס.

נאכמער, טראָמפּ האט ספעציפיש געארבעט צו שטערן אסאך פון די פרויען פון ווערן ערוויילט, און האט אקטיוו קאמפיינט קעגן אסאך פון זיי.

ער זאגט: ער שיקט פרישע 3,750 טרופּן צו די גרעניצן

היסש פארדרייט די ציפערן צו זיין געשמאק. ער האט אוטאריזירט די פרישע טרופן פאר ווען עס וועט זיך אויספעהלן, אבער זיי וועלן נישט דינען אלע צוזאמען אויפאמאל, און געוויסע וועלן פשוט איבערנעמען אנדערע וואס וועלן פארלאזן די גרעניץ.

ער זאגט: מעקסיקאַנער שטעט צאהלן פאַר אימיגראנטן צו פארן קיין אמעריקע

אין אַ טייל וואו ער האט ארומגערעדט איבער אומלעגאַלע אימיגראציע, האט טראָמפּ געזאגט אַז "מעקסיקאַנער שטעט, צו באַזייטיגן די אומלעגאַלע אימיגראנטן פון זייער קאמיוניטיס, שאפן זיי טראקס און באסעס צו טראגן זיי צו אונזער לאַנד אין געביטן וואו עס איז פארהאן ווייניג גרעניץ שוץ".

טראָמפּ האט מעגליך גערעדט פון אַ גרופּע פון ​​בערך 2,000 אימיגראנטן וואָס זענען אנגעקומען אין די פּאָרט פון איגל פעס, טעקסאס. די גרופּע איז געווען געמאכט רוב פון זייער נסיעה דורך באסעס, און געוויסע שטעט וואו זיי זענען דורכגעגאנגען אין מעקסיקא האבן באַצאָלט פאַר די באסעס ווייל זיי האבן נישט געקענט באזאָרגן פאַר אזויפיהל אימיגראנטן מיט עסן שלאף צימערן.

עס איז אבער נישט קלאָר וואָס טראָמפּ האט געמיינט ווען ער האט געזאגט עס איז "שוואכע גרעניץ שוץ". טעקסאַס האט געשיקט סטעיט פּאַטראָל צו איגל פּאַס פאר פארשטארקערונג, וואו פעדעראלע און לאקאלע לאו ענפאָרסמענט האבן אויך אַ גרעסערע ווי געווענטליכע קראפט דארט.

ער זאגט: די עקאנאמיע וואַקסט צוויי מאָל שנעלער היינט ווי ווען טראָמפּ איז געווארן פרעזידענט

"די אמעריקאנער עקאנאמיע וואַקסט כמעט צוויי מאָל אזוי שנעל היינט ווי ווען איך האב גענומען אָפיס", האט טראָמפּ געזאגט.

ס'איז ריכטיג. ווען טראָמפּ האט גענומען אָפיס, איז די דזשי.די.פי וואוקס ראטע געווען ביי 1.8 פּראָצענט פאַר דער ערשטער פערטל פון 2017; אין די דריטע פערטל פון 2018 איז עס געווען ביי 3.4 פּראָצענט.

ער זאגט: 'צענדליגע טויזנטער' אמעריקאנער ווערן גע'הרג'ט דורך דראגס וואס קומען אריבער די גרעניץ

עס איז ליידער ריכטיג אַז די שרעכקליכע דראגס קומען אַריבער די גרעניץ, און אָוווערדאָוז טויטן זענען אַרויף פון כמעט אַלע צייטן, אבער טראָמפּ - אין געיעג פאַר אַ גרעניץ וואַנט - איגנאָרירט אַז די מערהייט פון שעדליכע דראגס פון מעקסיקאַנער קאַרטעלן קומען אן קיין אמעריקע דורך לעגאַלע אריבערגאנגן, וואָס וואָלט נישט אַפעקטירט געווארן דורך אַ מויער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל