גראָס דאָמעסטישע פּראָדוקט (דזשי.די.פּי.) איז אַ פינאנציאלע מעסטונג פון דער מאַרקעט ווערד פון אַלע געפארטיגטע פראדוקטן און סערוויסעס געשאפן אין אַ פעריאד פון צייט, אָפטן אבער נעמט די יעהרליכע דזשי.די.פּי. פּער קאַפּיטאַ נישט אין באטראכט די צווישנשייד אין דער פּרייז פון די לעבנס'ס קאסטן און די אינפלאַציע פון די לענדער; דעריבער איז מער פארלעסליך צו ניצן אַ "דזשי.די.פּי. פּער קאַפּיטאַ ביי די איינקויפן מאַכט פארגלייך" (פּי.פּי.פּי.) ווען צוגלייכענדיג די צווישנשייד אין לעבן סטאַנדאַרדן צווישן לענדער.
די "פּי.פּי.פּי." ארבעט דורכ'ן נעמען די דזשי.די.פּי. פון א לאנד (אדער שטאט) פאר א געוויסע צייט אפשניט, צוטיילט ביי די דורכשניטליכע פאפולאציע במשך די זעלבע פעריאד. אזוי קומט אויס די נומערן נעמען אויך אין באטראכט די צאהל מענטשן. צו פארשטיין וויפיהל דאס מאכט אויס, איז אינטערעסאנט צו זעהן אז אויב מען קוקט נאר אויף די דזשי.די.פּי., קומט אמעריקע אויס דער ערשטער אין די ליסטע פון אלע לענדער, מיט די איבריגע לענדער ווייט אונטערשטעליג. און אויב מען קוקט אויף די פּי.פּי.פּי., קומט אמעריקע אויס דער עלפטער אדער דרייצענטער אויף די ליסטע, מיט קאטאר אדער ליכטנשטיין ביים ערשטען פאזיציע.

הוסף רשומת תגובה