דער 'אינטערנעשאנעל מאנעטערי פאנד' האט פארעפנטליכט א פעסימיסטישע אפשאצונג איבער דער צוקונפט פון ווענעזועלא'ס עקאנאמיע, וואס געפינט זיך אין א טיפן זומפ און ווייזט נישט קיין סימנים פון פארבעסערונג.

דאס לאנד געפינט זיך אינמיטן א קריזיס, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דער עקאנאמיע, אבער האט אריינגעווארפן דאס לאנד אין א צושטאנד פון כאאס.

האלב פון לאנד'ס עקאנאמיע "עקזיסטירט מער נישט", און די ארבעטסלאזיגקייט ראטע שטייט בערך ביי דרייסיג פראצענט. דערצו וועלן די פרייזן פאר אלע נויטווענדיגקייטן, ווי עסן און מעדיצין, שטייגן דורכאויס דעם יאר מיט גאנצע דרייצן-טויזנט פראצענט, אדאנק דער ארעמקייט און אינפלאציע.

די עקאנאמישע צרות ווערן צוגעשריבן צו די עקאנאמישע פאליסיס פונעם פריערדיגן פירער, הוגא שאוועז.

בילד: האלב פון ווענעזועלא עקאנאמיע אפגעווישט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל