א אידישער סטודענט אינעם 'מאסקווע אוניווערסיטעט' איז פארבאטן געווארן פון טיילנעמען אין אן עקזאמען, נאכ'ן אפזאגן דעם באפעל פון זיין פראפעסאר אויסצוטאן זיין יארמולקע.

לעוו באראדא האט געדארפט נעמען א געשריבענעם פארהער, ווען זיין געאגראפיע פראפעסאר האט אים אנגעוויזן צו באזייטיגן זיין קאַפּל, און ווען באראדא האט נישט מסכים געווען האט דער פראפעסאר אים באפוילן צו פארלאזן דעם אוידאטאריום.

די געאגראפיע אפטיילונג פונעם אוניווערסיטעט האט אבער אנגעוויזן פאר דער פרעסע, אז דער פראפעסאר האט געהאנדלט לויט די רעגולאציעס פון דער אינסטיטוט, וואס פארבאט סטודענטן פון טראגן אויף זיך סיי וואספארא היטן אדער אנדערע קאפ-צודעק דורכאויס א פארהער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס און מאסקאווע טיימס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל