א פלאן וואס די עם-טי-עי האט פארגעשלאגן איבערצופרישן שטאטישע סובוועי-סטאנציעס וואס געפינען זיך אין נאכגעלאזטן צושטאנד איז דערווייל אפגעשטעלט געווארן, נאך דעם וואס די שטאט איז נישט איינגעגאנגען דערויף.

דער עם-טי-עי פארזיצער איז פריער אויפגעקומען מיט פלאן, צו רענאווירן אכט אזעלכע סטאנציעס, וואס געפינען זיך אין א שלעכטן צושטאנד, אבער דער סיטי-רעפרעזענטאט אין דער עם-טי-עי האט קלאר געמאכט מעיאר דעבלאזיא איז נישט גרייט צו שטימען פאר דעם 213-מיליאן דאלארדיגן פלאן.

די אורזאך צו דעבלאזיא'ס קעגנערשאפט איז, וויבאלד די עם-טי-עי האט נישט צוגעשטעלט קיין פרטים פונעם פלאן, ווי אויך גענוי וויאזוי דאס געלט וועט געשפענדעט ווערן.

דער איבערבוי-פלאן איז אייגנטליך טייל פון א גרעסערן, ביליאן-דאלארדיגן פראיעקט וואס נעמט אריין 33 סטאנציעס, טייל פון וועלכע זענען שוין רענאווירט געווארן.

בילד: שטאט נישט מסכים צו סובוועי-סטאנציעס רענאוואציע-פלאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל