אין איינע פון די לעצטע שריט פונעם יעצטיגן רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע סעסיע, האט דער סענאט נעכטן לייכטערהייט באשטעטיגט דעם "פורסט סטעפ אקט" וועלכע פירט איין עטליכע גאר-וויכטיגע טוישן צום אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, ספעציעל צו פארמיידן ארעסטאנטן וועלכע ווערן ארעסטירט צום ערשטן מאל זיי צו שענקן טרענירונג און לערן פראגראמען צו פארזיכערן אז זיי קומען נישט אן נאכאמאל אין טורמע.

עס וועט אויך ערלויבן צו ארויסלאזן ארעסטנאנטן נאך פריער אויב ווערט עס באשטעטיגט דורך א ריכטער. אזוי אויך ערלויבט דער ביל פאר ריכטער צו געבן קלענערע טורמע שטראפן ווי די געזעץ-פארלאנגטע שטראף אויב זיי האלטן אז עס קומט זיך נישט פאר דער באשולדיגטער די מאקסימום שטראף.  דער אפשטימונג איז אריבער מיט א מערהייט פון 87 פון ביידע פארטייען. בלויז 12 רעפובליקאנער סענאטארן האבן געשטימט דערקעגן.

א ברייטערע פּריזאן רעפארם ביל איז דורכגעפאלן אונטער פרעזידענט אבאמא צוליב רעפובליקאנער קעגנערשאפט, אבער אין די לעצטע חדשים האט דער פרעזידענטליכער ראטגעבער דזשעראד קושנער שטארק געארבעט צו באקומען שטיצע פון רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך. פילע אין וואשינגטאן האבן עס באצייכנט אלס דער מערסט-אומפארטייאישע שטיצע וואס סיי וועלכע ערנסטע רעפארם האט באקומען אין וואשינגטאן פאר לאנגע יארן. דער ביל איז ערווארטעט צו אריבערגיין אינעם דעמאקראטישן קאנגרעס, און ווערן אונטערגעשריבן דורכ׳ן פרעזידענט אין די קומענדיגע וואכן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל