אין א טוויט היינט צופרי, האט דער פרעזידענט געשריבן אז ''מיר האבן שוין באזיגט אייסיס, וואס דאס איז געווען מיין איינציגסטע סיבה צו זיין אין סיריע דורכאויס מיין פרעזידענטשאפט''.


לויט א אנאנימער קוואל פון דער אמעריקאנער רעגירונג, האבן די פלענער ארויסצוציען פון סיריע זיך שוין אנגעהויבן, און די טרופן וועלן פארלאזן סיריע און די נאנטע טעג. אמעריקע האט בערך 2000 טרופן אין סיריע וועלכע טרענירן לאקאלע קרעפטן אין קריגס טאקטיקן אנטקעגן אייסיס.

די זארג איז אבער אז אפילו אמעריקע האט נאך אלס טרופן אין איראק, און וועט האבן די מעגליכקייט אדורכצופירן לופט אטאקעס אהן האבן טרופן אויף דער ערד, וועט דאס זיין א געווינס פאר לענדער וואס ווארטן שוין לאנג אז אמעריקע זאל גענצליך פארלאזן סיריע, ווי רוסלאנד און איראן. עס קען אויך פארמינערן אמעריקע'ס איינפלוס אין די געגנט.

אויך זענען פארהאן זארגן אז רעשטלעך קעמפער קענען זיך נאכאמאל צוזאמנעמען, און גענעראל דזשאוסעף דאנפארד האט געזאגט דעם חודש אז אמעריקע דארף נאך אלס טרענירן טויזענטער לאקאלע קעמפער כדי צו פארזיכערן דעם גענצליכן צוזאמפאל פון דער אייסיס טעראר גרופע. און לויט א באריכט פון דער דעפענס דעפארטמענט, איז נאך אלס פארהאן אין איראק און סיריע א געשאצטע 30,000 קעמפער.

דער באשלוס פון טראמפ האט געברענגט שארפע רעאקציעס פון זיינע קאלעגע רעפובליקאנער. סענאטאר לינזי גראהאם האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס וועט זיין א קאטעסטראפע, און אז די איינציגסטע געווינער זענען אייסיס און איראן. סענעטאר מארקא רוביא האט זיך אויסגעדרוקט אז דאס איז א געפערליכער טעות.

וואס דער צוקונפט וועט זיין אין סיריע איז נישט קלאר, אבער לויט עקספערטן וועט דאס ענדיגן דער פירערשאפט ראלע וואס אמעריקע האט אין סיריע'ס ציווילע קריג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל