נעכטן איז דער געוועזענער עף-בי-איי הויפט דשעימס קאומי אראפגעקומען פאר א פארהער אונטער פארמאכטע טירן פאר קאנגרעס רעפובליקאנער וועלכע האבן אויסגענוצט זייער לעצטע טעג און מאכט צו אראפרופן קאומי פאר א פארהער איבער אנגעבליכע איינזייטיגקייט פון די עף-בי-איי אין די אויספארשונג ארום דעם טראמפ קאמפיין. באלד נאכ׳ן ארויסקומען פונעם פארהער, האט ער זיך געשטעלט פארנט פון די קאמערעס און גאר שארף אראפגעריסן דעם פרעזידענט און די רעפובליקאנער פאר׳ן ״פארשעמען און באשמוצן די עף-בי-איי״, און ספעציעל שארף אראפגעריסן די רעפובליקאנער וועלכע שווייגן דאס וואס פרעזידענט טראמפ אטאקירט דעם יוסטיץ דעפארטמענט און רעדט אריין אין אנגייענדע אויספארשונג, זאגנדיג אז זיי וועלן בלייבן צו ״אייביגע שאנדע״.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל