א העזמעט איינהייט איז מאנטאג גערופן געווארן צו די בית-קל טעמפל ווי א פארדעכטיגטער בריוו איז געעפנט געווארן, פירענדיג צו דעם אז מען זאל עוואקואירן דעם געביידע. צוויי מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג, נאכן עפעקטירט ווערן פון דער מיסטעריעזער בריוו. דער בריוו איז אנגעקומען צו דער אפיס פונעם טעמפל בית קל, וועלכע פארפיגט אויף צוויי דערנעבנדיגע שולעס. די לאקאלע אויטאריטעטן האבן  אויך עוואקואירט די שולע מיט 33 איינגעשטעלטע, און 78 קינדער,

אויסער דער בית קל טעמפל און שולע, האבן נאך פיר אידשע אינסטעטוציעס באקומען פארדעכטיגטע בריוו נעכטן, אריינגערעכנט  מתיבתה נעימת התורה, נר תמיד, בית יעקב ספרא, און חב''ד חדר.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל