שטייענדיג ארום א יאר נאך די מאסן מערדעריי אין לאס-וועגאס ווען א שיסער האט גענוצט "באָמפּ סטאַק" צו פארוואנדלן זיינע סעמי-אויטאמאטישע וואפן אין א מיליטערישע סטיל אויטאמאטישע ביקס וועלכע קען שיסן ענדלאזע רונדעס פון קוילן, האט די טראמפ אדמיניסטראציע אויסגעפירט איר צוזאג נאכ׳ן שיסעריי צו ארויפלייגן א געצליכע פארבאט אויפ׳ן פארקויף פון באמפ סטאק.

באָמפּ סטאַק איז א טייל וואס ווערט צוגעלייגט פון אונטן פונעם וואפן, און עס טוט שטופן דעם צינגל פונעם ביקס נאכאמאל און נאכאמאל אזוי ווי א מיליטערישע ביקס, און דאס ערלויבט פאר מאסן מערדער צו פאראורזאכן מער פאטאליטעטן. באלד נאך די לאס וועגאס שיסעריי האט פרעזידענט טראמפ פארזיכערט אז די אדמיניסטראציע וועט פארבאטן באָמפּ סטאַקס, און נעכטן האט די יוסטיץ דעפארטעמנט דערקלערט אז א גאן מיט אזא שטיקל ווערט פאררעכט ווי א מיליטערישע מאשין גאן וואס איז פארבאטן פאר ציווילע באנוץ.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל