אין שווערע נייעס פאר ארטאדאקסישע אידן, וועט די ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו עדיוקעשאן אנהויבן דעם דאנערשטאג צו טרענירן אינספעקטארן אונטערצוזוכן די קוואליטעט פון לימודים אין ישיבות און אין אלגעמיינע פריוואטע שולעס, עפעס וואס ווערט באטראכט מיט זארג סיי ביי נישט אידישע פריוואטע שולעס און סיי ביי מוסדות התורה.

די אינספעקטארס וועלן באקומען דעטאלירטע אנווייזונגען אויף וואס צו קוקן, אריינגערעכנט פונקטליך וועלכע לימודים איז ערווארטעט צו ווערן געלערנט ביי יעדע יארגאנג, וויפל צייט עס דארף ווערן אריינגעלייגט אין יעדן לימוד, און וויאזוי אפצושאצן טיטשערס צו זיי זענען קוואליפיצירט צו געבן די ספעציפישע לעקציעס.

פארשידענע נישט-אידישע פריוואטע שולעס האבן שוין דערקלערט אז זיי וועלן נישט קאאפערירן מיט די אינספעקטארן, אבער מוסדות התורה זענען באזארגט אז נישט קאאפערירן באדייט אז מען וועט אויסשטיין שטראפן פון די סטעיט. כלל ישראל איז מרבה בתפילה ותחנונים אז די גזירה זאל גענצליך בטל ווערן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל