דער פאליטישער קריזיס און כאאס אין ווענעזועלע האט געגרייכט א פרישן שטאפל, ווען דאס ווייסע הויז האט קלארגעשטעלט אז זי באטראכט ערנסט די אפציע פון נוצן מיליטערישע מאכט צו אראפווארפן דעם דיקטאטור ניקאלעס מאדורע פונעם בענקל, א זאך וואס ברענגט אויף זארג איבער א ברייטערע מיליטערישע און דיפלאמאטישע קריזיס מיט לענדער וועלכע שטיצן מאדורע, ווי רוסלאנד, כינע און טערקיי.  דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן האט געזאגט אז אויב וועט די מאדורע רעזשים נעמען סיי וועלכע שריט קעגן די דיפלאמאטן וועלכע זענען פארארדענט געווארן דורך די מאדורע רעזשים צו פארלאזן ווענעזועלע אבער זענען פארבליבן אין לאנד, וועט געענטפערט ווערן מיט א שטארקע פויסט.


נאטיצן איבער דעם אנגייענדן קריזיס אין ווענעזועלע


👈 דער הויפט מיליטערישע פארשטייער אין אמעריקע פאר דעם ווענעזועלן מיליטער האט דעפעקטירט, און געזאגט אז ער אנערקענט מער נישט אין מאדורע אלס דער פרעזידענט און פארטרעט אצינד די רעגירונג פון כואַן גואַידאָ.

👈 בריטאניע, פראנקרייך, שפאניע און דייטשלאנד האבן געשטעלט אן אולטימאטום פאר די מאדורע רעזשים אז אויב ווערט נישט פאררופן פרישע וואלן ביז אכט טאג וועלן זיי אנערקענען די לעגיטימאציע פון גואַידאָ אלס פרעזידענט, אבער מאדורע האט דאס אפגעווארפן זאגנדיג אז ער נעמט נישט קיין באפעלן פון אייראפע.

👈 דער אפאזיציע פירער און אפאזיציע-פרעזידענט גואַידאָ האט פאררופן פאר דעם מיטוואך מאסיווע פראטעסטן אינאיינעם מיט א נאציאנאלע סטרייק, א זאך וואס ברענגט זארג אז דאס קען זיך דערקייקלען צו געוואלדטאטן און קעגנזייטיגע שיסערייען.

👈 דערווייל פארמאגט נאך מאדורע די פולע שטיצע פון דעם מיליטער, אבער גואַידאָ זאגט אז ער האלט אפ געהיימע געשפרעכן מיט מיליטערישע פירער וועלכע זענען שטילערהייט אין שטיצע פון אים, און זאגט אז די מיליטער וועט מעגליך אויסדרייען זייערע וואפן קעגן דעם רעזשים.

👈 דערווייל געניסט נאך מאדורע פון די פולע שטיצע פון רוסלאנד, כינע, מעקסיקא, גריכלאנד, קובא, טערקיי. רוסלאנד האט פאררופן א זיכערהייט קאנסיל זיצונג אין דעם יו.ען., און באשולדיגן אמעריקע אין דורכפירן א פוטש אין א פרעמד לאנד.

👈 פילע דעמאקראטישע פאליטיקאנטן אין אמעריקע האבן אויסגעדריקט זארג אז פרעזידענט טראמפ וועט נעמען איבערגעאיילטע שריט אין אינטערווענירן מיליטערישע אין ווענעזועלע, און ווארענען אז דאס קען ברענגען שווערע קאנסעקווענצן.

👈 באריכטן אין ווענעזועלע זאגן אז ארום 400 רוסישע מיליטערישע עקספערטן געפונען זיך אין ווענעזועלע און העלפן מאדורע אנהאלטן קאנטראל, און טוען טרענירן די מיליטער וויאזוי צו באהאנדלן די פראטעסטן. זיי דינען אויך אלס די פערזענליכע לייב וועכטער פון מאדורע, וועלכע געטרויט נישט זיין אייגענע מיליטערלייט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל