אפאזיציע פירער און הונדערטער טויזנטער פראטעסטירער האבן זיך היינט פארזאמלט אין צענטער פון קאַראַקאַס די הויפטשטאט פון ווענעזועלע, אין שפיץ פונעם כאריזמאטישע אפאזיציע פירער כואַן גואַידאָ וועלכער איז איינגעשוואוירן געווארן אלס צייטווייליגער פרעזידענט, נאכדעם וואס די אפאזיציע קאנטראלירטע לעגיסלאטור האט דערקלערט די לעצטע וואלן געפעלשעוועט און אפגעווארפן די רעזולאטאטן.
אמעריקע, קאנאדע, און א רייע אמעריקאנער לענדער האבן אנערקענט גואַידאָ אלס פרעזידענט, אבער מאדורא האלט נאך אן קאנטראל דורך דעם העכסטן געריכט און די מיליטער וועלכע זענען אים געטריי, און דעריבער איז די רעזאלוציע פונעם פארלאמענט נישט בינדענד. דערווייל האלטן אן די פראטעסטן פון הונדערטער טויזנטער אין די גאסן, און זיי געניסן פון שטיצע פון אמעריקע און נאך פילע לענדער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה