מאסקווע האט געטוישט איר טאן איבער די מדינת ישראל אקטיוויטעטן אין סיריע, אנדערש ווי ביז היינט וואס מדינת ישראל האט געשוויגן איבער די אקטיוויטעטן און מאסקווע האט עס טאלערירט. א ווארטזאגער פאר׳ן רוסישן אויסערן מיניסטעריום האט געווארנט אז רוסלאנד וועט דאס מער נישט ערלויבן, און אראפגעריסן די מדינת ישראל אטאקעס אלס א פרעכע פארלעצונג פון סירישע זעלבסשטענדיגקייט.

אין אנדערע נייעס האט א צייטונג אין קאוועיט ציטירט דעם גענעראל פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע אין איראן, אז זיי פלאנען צו אדורכפירן אן אטאקע טיף אין מדינת ישראל ח״ו הארט פאר די וואלן, זאגנדיג אז דאס וועט שאטן פאר דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו צו ווידערוועלט ווערן. אויסער דעם איז באריכטעט געווארן אין איראנער מידיא, אז 12 איראנער זענען אומגעקומען אין די לעצטע מדינת ישראל אטאקעס אין סיריע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל