אריינגייענדיג אינעם 33'סטן פונעם רעגירונג שאטדאון, האט פרעזידענט טראמפ היינט צוגעשיקט א בריוו צו נענסי פּעלאָוסי אז ער גרייט זיך צו קומען געבן דעם סטעיט אוו די יוניאן קומענדיגע וואך טראץ וואס זי האט אים געבעטן עס צו געבן שריפטליך. נענסי פּעלאָוסי האט דערויף געענטפערט אז זי וועט נישט אים נישט ערלויבן צו געבן דעם רעדע אהן צו פארהאנדלן פריער איבער אן אלטערנאטיוו, און זי וועט נישט ערלויבן צו דורכפירן דעם פראצעדוראלע אפשטימונג וואס פאדערט זיך פאר א סטעיט אוו די יוניאן אדרעס. אזא צוזאמענשטויס שאפט א זעלטענע קאנסטיטוציאנאלע קריזיס, און עס בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי דאס שפילט זיך אויס. גלייכצייטיג איז באריכטעט געווארן אז דעמאקראטן וועלן מעגליך אנטראגן פאר טראמפ צו געבן 5 ביליאן דאלער פאר גרעניץ זיכערהייט אבער נישט פאר׳ן וואנט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל