דער געוועזענער סעקערטערי אוו סטעיט דזשאן קערי האט געמאכט א שארפע סטעיטמענט ביים דאוואס קאנפערענץ, זאגנדיג אז טראמפ נעמט נישט די פרעזידענטשאפט ערנסט און ער האט נישט קיין איינונג וויאזוי זיך צו אומגיין מיט זיין פאזיציע, און אז די איינציגע וועג ארויס איז בלויז דורך זיין רעזיגנאציע. פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט געזאלט זיין אין דאוואס, אבער האט אפגערופן דעם רייזע צוליב די אנגייענדע שאטדאון, און אזוי אויך אפגערופן די רייזע פון עטליכע אדמיניסטראציע באאמטע, אזוי ארום איבערלאזנדיג דעם פאדיום צו זיינע קריטיקירער. קערי האט אנגעוויזן אויף דעם פרעזידענט׳ס האנדלונג איבער דעם ריקצוג אין סיריע אלס באווייז אז טראמפ ״ווייסט נישט וואס ער טוט״, און אנגעוויזן ווי ער האט געטוישט עטליכע מאל זיין שטעלונג, און געברענגט צו די רעזיגנאציע פון מעטיס, וועמען קערי באצייכנט אלס א גלענצנדע פירער.

דאוואס מאלט א פעסימיסטישע בילד איבער וועלטס צוקונפט

אין די טעג זענען די שפיץ פאליטישע און עקאנאמישע פירער פון די וועלט פארזאמעלט אויף א קאנפערענץ אין דאוואס, און דער גוסטע דארט איז היבש א צוגעלייגטע. פילע עקאנאמיסטן ווארענען איבער אן עקאנאמישע פארשטייטערונג, און מעגליך א רעסעסיע אין אמעריקע און אין אייראפע. אזוי אויך איבער די דראסטישע אומגלייכקייט צווישן די ארימע און די רייכע און די וועלט, אנווייזנדיג אז בלויז 26 מולטי ביליאנערן פארמאגן מער רייכטהום ווי האלב פון די גלאבאלע באפעלקערונג. אזוי אויך איז דער געשפרעך פונעם טאג, דער אינטערוויו פונעם בריטישן פרינץ וויליאמס מיט דעם פראמינענטער וויסנשאפטלער דעיווי אטענבראו איבער די צושטאנד פונעם קלימאט. אטענבראו האט אראפגעמאלן א גאר שווארצע בילד, זאגנדיג אז פילע פון די וועלטס נאטור אוצרות גייען צוגרונד צוליב לופט פארפעסיגונג, און עס איז שוין מעגליך צו שפעט דאס צו פארריכטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל